דבֿרה ראָלניק רײַכמאַן איז אַ בראַזיליאַנער ייִדישע טאָכטער און יודאַיִקאַ־קינסטלערין, וואָס וווינט איצט אין היוסטן, טעקסאַס. אירע קונסט־ווערק זענען אינספּירירט פֿון איר בראַזיליאַנער קינדהייט, ווי אויך די ייִדישע קולטור פֿון אירע עלטערן, פּליטים פֿונעם חורבן. אין אויגוסט וועט מען קענען זען אירע מאָלערײַען פֿון ייִדישע שפּריכווערטער בײַם JCC אין היוסטן.
קינסלערישע דערקלערונג: די לעבעדיקע און וואַרעמע קאָלירן פֿונעם טראָפּישן בראַזיל, וווּ איך בין דערצויגן געוואָרן, ווירקן שטענדיק אויף מײַנע קונסט־ווערק. פֿון מײַנע אייראָפּעיִשע עלטערן, וואָס זענען געווען פּליטים פֿונעם חורבן, האָב איך געירשנט אַ לײַדנשאַפֿט צו אַלצדינג ייִדישלעך. ווי אַ גראַדויִר־סטודענטקע פֿון אַרכיטעקטור, האָב איך זיך פֿאַראינטעריסירט מיט ייִדישער קונסט און ייִדישקייט, און די דאָזיקע טעמעס זענען געוואָרן דער פֿאָקוס פֿון מײַן לעבן. סימבאָלן פֿון דער ייִדישער טראַדיציע, די רײַכע אימאַזשן, וואָס זענען פֿאַרבונדן מיטן אַלף־בית, די ייִדישע און העברעיִשע שפּריכווערטער זענען מײַנע הויפּט־קוואַלן פֿון אינספּיראַציע.
מײַנע קונסט־ווערק, באַזירט אויף טראַדיציאָנעלע קוואַלן, דערמאָנען דעם מאָדערנעם ייִד וועגן זײַן פֿאַרגעסענער ירושה. אויב דער עולם ווערט נײַגעריק צו דער ייִדישער קולטור צוליב מײַן קונסט, האָב איך דערגרייכט מײַן ציל.
דער אויסדרוק „יעדער מענטש מיט זײַן פּעקל‟ הייסט, אַז יעדער איינער טראָגט אַ לאַסט — אַן אייגענע סעריע פּראָבלעמען און שוועריקייטן אין זײַן לעבן… געוויסע קענען זייער לאַסט גרינגער טראָגן ווי אַנדערע. צווישן די הינטערגרונט־ליניעס פֿון לעבן, האָב איך אַרײַנגעלייגט אימאַזשן פֿון מענטשן און זייערע פּעקלעך. ס׳איז געוויסע מענטשן גרינגער זיי צו טראָגן ווי אַנדערע. אַ מאָל איז עס אַן ענין פֿון דעם ווי אַזוי מע נעמט אויף אַ פּראָבלעם.
„אַ מענטש טראַכט און גאָט לאַכט‟ באַטײַט, אַז מיר פּלאַנירן און טרוימען, אָבער סוף־כּל־סוף, ליגט אַלצדינג אין גאָטס הענט. נאָר ער אַליין ווייסט, וואָס ס׳וועט באמת געשען. עס חלומט זיך דעם יונגערמאַן אַ שלאָס פֿון קאָרטן, אָבער ער קען ניט זען, אַז אַ שׂרפֿה דערנעטערט זיך שוין צו זײַן שלאָס.
ווי אַ קינד, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין דרום־אַמעריקע, האָב איך אָפֿט געהערט דעם אויסדרוק „ייִדיש רעדט זיך אַליין‟. דער אויסדרוק האָט מיך שטענדיק אַמוזירט, ווײַל ער איז זיך משער, אַז אַלע ייִדן רעדן ייִדיש אָן קיין שום שטרעבונג!
איך האָב פּרובירט צו כאַפּן אַ בליק פֿון מײַן קינדהייט, אַרומגערינגלט פֿון דערוואַקסאַנע אימיגראַנטן, וואָס האָבן גערעדט ייִדיש. דאָס קינד אין דער מאָלערײַ איז אַ שילדערונג פֿון זיך אַליין. כּדי איבערצוגעבן דעם קינדס פּערספּעקטיוו, זענען די דערוואַקסענע רעפּרעזענטירט דורך הויכע פֿיס, געמאַכט פֿון שטיקלעך מאַפּעס, וואָס ווײַזן אָן מיזרח־אייראָפּע. איך האָב אויסגעשניטן טיילן פֿון די מאַפּעס, כּדי זיי זאָלן אויסזען ווי הויזן און שיך. די דערוואַקסענע האָבן איין פֿוס אין אַמעריקע, אָבער דער צווייטער פֿוס ליגט נאָך אַלץ אינעם ים. דאָס רעפּרעזענטירט די איבערלעבונגען פֿונעם אימיגראַנט, וואָס לעבט אין צוויי ווירקלעכקייטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.