לייזער בורקאָ שרײַבט פֿאַרן „פֿאָרווערטס‟ און רעדאַקטירט דעם בלאָג „עונג־שבת‟. ער איז זייער צופֿרידן, וואָס ער וווינט אינעם „ייִדיש־הויז‟ אין דער בראָנקס און ניט אין דער דירה אין מינעסאָטע.
די געגנט „דינקיטאַון‟ געפֿינט זיך אין דער שטאָט מינעאַפּאָליס לעבן דעם אוניווערסטעט פֿון מינעסאָטע. דאָרט שוויבלט און גריבלט מיט סטודענטן און סטודענטקעס, מיט ברודערשאַפֿטן און שוועסטערשאַפֿטן („פֿראַטערניטיס‟ און „סאָראָריטיס‟ בלע׳׳ז), און מיט די פֿאַרשיידענע אָרעמע־לײַט און ליידיק־גייערס, וואָס קענען זיך ניט דערלויבן צו וווינען ערגעץ שענער. די פּראַכט פֿון „דינקיטאַון‟ איז דער אַזוי־גערופֿענער „דינקידאָום‟, וואָס מיט זײַן קופּאָל דערמאָנט ער אין אַ וויכטיקן רעגירונג־ אָדער געריכט־בנין, כאָטש אינעווייניק געפֿינען זיך בלויז ביליקע עס־ און טרינק־פּלעצער.
אין „דינקיטאַון‟ האָב איך געוווינט אַן ערך זעקס וואָכן, אויפֿן בוידעם פֿון אַן אַלט הויז, צוזאַמען מיט נאָך דרײַ מענטשן אין באַזונדערע צימערן. מיר האָבן זיך געטיילט מיט איין קיך און מיט איין וואַשצימער. ווי איך געדענק, האָט מײַן צימער געקאָסט דרײַ הונדערט דאָלאַר אַ חודש דירה־געלט, וואָס אַפֿילו דעמאָלט וואָלט מען אין ניו־יאָרק ניט געקענט געפֿינען אַ מויזלאָך פֿאַר אַזאַ סומע. אונטן האָבן געוווינט די סטודענטן און סטודענטקעס, וואָס האָבן מער געהוליעט ווי שטודירט. איין מאָל, אַרויפֿגייענדיק צו מײַן צימערל, איז געשטאַנען אויף די טרעפּ אַ ריזיקע פֿאַס ביר, טאָמער עמעצער לײַדט, נעבעך, פֿון דורשט. מיט די סטודענטן האָבן אויך געהויזט עטלעכע גרויסע הילכערס, אַזוי גרויס ווי יענע פֿאַס ביר, כּדי די ערד זאָל ציטערן אונטער די פֿיס, ווען זיי שפּילן מוזיק.
מײַנע שכנים אויפֿן בוידעם זײַנען אויך ניט געגאַנגען אויף די שפּיץ פֿינגער, זיי האָבן געלאָזט פֿון זיך הערן. קעגנאיבער מיר האָט געוווינט אַ מיטל־יעריקער אַרבעטלאָזער, וואָס בײַ אים אין צימער האָט שטענדיק געשפּילט מוזיק, כּדי צו פֿאַרטויבן דעם רעש, וואָס קומט פֿון די אַנדערע צימערן. ער איז יעדן טאָג געגאַנגען כאַפּן פֿיש אָדער שיסן אָדער עפּעס אַזוינס, און ער האָט כּסדר באַרעדט די ליבעראַלן און געלויבט די קאָנסערוואַטיוון, כאָטש בלויז די ליבעראַלע שטאַט־רעגירונג האָט אים אויסגעהאַלטן. לעבן מיר האָט געוווינט אַ יונגערמאַן פֿון בולגאַריע, זייער אַ וווילער, וואָס בײַ אים האָבן זיך געוואַלגערט פֿאַרשיידענע פּאָרנאָגראַפֿישע זשורנאַלן, געשמאַקפֿולע בילדער פֿון פֿרויען מיט אומנאַטירלעכע קאָלאָסאַלע בריסט, אַזוי גרויס ווי יענע פֿאַס ביר. אַ ביסל ווײַטער האָט געוווינט דער העלד פֿון אונדזער מעשׂה, דזשאַן דאָנעווען, אָדער ווי מע האָט אים טאַקע גערופֿן: „דזשיי די‟.
„דזשיי די‟ איז געווען ניט צו הויך, אָבער קרעפֿטיק, שטאַרק, געזונט ווי אַ גוי, מיט געדיכטע וואָנצעס און קרײַזלדיקע בלאָנד־ברוינע האָר. שוין ניט קיין יונגער, האָט ער אַמאָל געדינט אין דער אַרמיי און איצט געאַרבעט ווי אַ בוי-אַרבעטער. זײַן אמתע לײַדנשאַפֿט איז אָבער געווען פֿאַר זינגען און שפּילן „ראָק‟־מוזיק און, אפֿשר נאָך שטאַרקער, פֿאַר משקה. יעדן אָוונט, ווען ער האָט ניט געדאַרפֿט אין דער פֿרי גיין אַרבעטן, פֿלעג ער זיך געהעריק אָנשיכּורן, און ניט בלויז טרינקען, נאָר אויך שרײַען און געוואַלדעווען, געבן אַ זעץ אין דער טיר, זינגען צוזאַמען מיט אונדזער שכן פֿון בולגאַריע, ביז גאָר שפּעט אין דער נאַכט אַרײַן. איין מאָל האָבן די צוויי זיך צעקריגט, ווײַל דער בולגאַריער האָט געהאַט אויפֿגעגעסן אַ קעסטל אײַז־קרעם, וואָס „דזשיי די‟ האָט געהאַט צוגעזאָגט געבן זײַן חבֿרטע — דאָס האָט אים געקאָסט אַ נאַכט פֿון ליבע. אָבער געוויינטלעך איז ער געווען גוט אויפֿגעלייגט און אויסגעקומען מיט אַלעמען, ווײַל זיי האָבן סײַ ווי אַלע געהאַט מורא פֿאַר אים.
מיט מיר, אָבער, איז די באַציִונג געווען אַ ביסל אָנגעשטרענגט. כאָטש זײַן טאַטע איז אַליין געווען אַ ייִד, איז „דזשיי די‟ געווען, ניט פֿאַר קיין ייִדן געדאַכט, אַ שטיקל ראַסיסט און אַנטיסעמיט. אים איז עפּעס ניט געפֿעלן וואָס איך פֿאַרנעם זיך מיט די אַלטע גערמאַנישע שפּראַכן; עפּעס האָט עס אים ניט געפּאַסט. נאָך ערגער, האָב איך זיך באַקלאָגט וועגן אים צום בעל־הבית, ווײַל בײַ נאַכט האָב איך ניט געקענט שלאָפֿן צוליב זײַנע געשרייען און געפּילדער. דערפֿאַר האָט ער בײַ נאַכט, שוין גוט פֿאַרשינאָשקעט, מיר געקלאַפּט אין דער טיר און געשריגן.
זוכנדיק אַ רויִק אָרט, בין איך עטלעכע נעכט געשלאָפֿן ניט אין דער היים, נאָר אין דער ביבליאָטעק פֿון מײַן אָפּטייל אין אוניווערסיטעט. דאָרט איז געווען אַ באַקוועמע סאָפֿע, נאָר איין צרה — דער בנין איז ניט געווען געהייצט בײַ נאַכט, וואָס אין קאַלטן מינעסאָטע קען דאָס זײַן געפֿערלעך. דערצו איז דער רייניקונג־פּערסאָנאַל געקומען אַרבעטן זייער שפּעט און זיי האָבן אויך געמאַכט אַ גרויסן טומל מיט זייערע מאַכערײַקעס און שטויבמאַשינען. נו, דערפֿאַר שלאָפֿט מען, געוויינטלעך, ניט אין דער אָפּטייל־ביבליאָטעק.
צום גליק, האָט דער בעל־הבית מיר אין גיכן אָפּגעגעבן מײַן זיכערהייט־אײַנצאָל, מבֿטל געווען דעם וווינקאָנטראַקט, און איך האָב געקענט גיין זוכן אַ צווייטע דירה. זי איז אויך ניט געווען קיין פּאַלאַץ, אָבער קיין צווייטער „דזשיי די‟ איז דאָרט ניט געווען, און קיין צווייטן האָב איך, דאַנקען גאָט, ניט באַגעגנט ביזן הײַנטיקן טאָג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.