לאה פֿעדער איז געבוירן געוואָרן אין 1992 אין ברוקלין און אויפֿגעוואַקסן אין אַ חסידישער היים. נאָך דעם, וואָס איר פֿאַמיליע האָט פֿאַרלאָזט די חסידישע וועלט, איז זי דערצויגן געוואָרן אין מאָדערנע ייִדישע טאָג־שולן. זי איז הײַנט אַ סטודענטקע אינעם Fashion Institute of Technology.
קינסטלערישע דערקלערונג: אינספּירירט פֿון מײַן אייגן לעבן, נעם איך פֿאַרשידענע באַגריפֿן פֿון ייִדישקייט, וואָס איך האָב זיך געלערנט ווי אַזוי צו באַנוצן זיך מיט זיי אין מײַן שאַפֿערישער אַרבעט. איך דריק אויס די דאָזיקע געדאַנקען דורך מאָלן, צייכענען, סקולפּטירן און דרוקן. איך באַמערק און צעגלידער די פּרטים פֿון מײַן לעבן, כּדי צו באַקומען אַ מער פּערזענלעכן פֿאַרשטאַנד פֿון דער וועלט. איך באַטראַכט די קונסט ווי אַן אופֿן צו דעקאָנסטרויִרן די ווירקלעכקייט דורך מײַן אייגענער פּערספּעקטיוו.
דער אָפּדרוק (געמאַכט פֿון צוויי שטיקלעך האָלצשניט) „וווּהין דו פֿאָרסט, וועל איך מיטפֿאָרן‟ איז געווען אַ געוויסע רעאַליזירונג. אינעם פֿאָדערגרונט שטייט אַ מאַן, וואָס דאַוונט בעת ער שטעלט פֿאָר די ווערטער פֿון רות, ווען זי דערקלערט וועגן איר גיור. אינעם הינטערגרונט שוועבן די ווערטער פֿון רות אַרום דעם סילועט פֿון אַ מאַן. אירע ווערטער זענען: „וווּהין דו פֿאָרסט, וועל איך מיטפֿאָרן, וווּהין דו וווינסט, וועל איך מיטוווינען, דײַן פֿאָלק איז מײַן פֿאָלק, דײַן גאָט איז מײַן גאָט‟. דער אָפּדרוק שײַנט אין אַ העלער געל, כּדי צו ווײַזן די ליכט פֿון רותס ווידערגעבורט.
דאָס איז אַ האָלצשניט, געמאַכט פֿון איין קלאָץ, וואָס איך האָב אָפּגעפֿאַרבט מיט שוואַרץ. איך האָב דעם אָפּדרוק פֿון מײַן זיידן געמאַכט, כּדי אַרויסצוהייבן די געפֿילן, וואָס איך האָב פֿאַר אים: דאָס הייסט, אַ געפֿיל פֿון נײַגעריקייט. איך קען אים ווי אַן אויסערגעוויינטלעך־ברייטהאַרציקער מענטש: ער גיט שטענדיק צדקה, באַזוכט קראַנקע, און באַמיט זיך שטאַרק צו העלפֿן אַנדערע. ס׳איז אָבער דאָ אין אים אַ גרויסע מיסטעריע, וואָס איך בין ניט מצליח צו דערטאַפּן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.