Vayter

אונדזער ייִדיש־גן־ייִדן אין באָסטאָן

Our Yiddish Paradise in Boston

פֿון רייזע טורנער

  • Print
  • Share Share

רייזע טורנער לערנט זיך רבנות אין „היברו קאָלעדזש‟ אין באָסטאָן, מאַסאַטשוסעטס. זי האָט דרײַ מאָל אָנטייל גענומען אין דער זומער־פּראָגראַם בײַם „ייִוואָ‟ אויף דער אַוואַנסירטער מדרגה; ווי אויך צוויי מאָל אין דער „ייִוואָ‟־ווינטער־פּראָגראַם אין אַשכּנזישער קולטור און געשיכטע. זי שרײַבט אויך אַ מאָל אַרטיקלען פֿאַרן ענגלישן Forward.


בשעת מײַן צײַט אין קאָלעדזש, בין איך געווויר געוואָרן וועגן דעם באַגריף פֿון אַ „שפּראַך־אײַנטונק־הויז‟, אָבער איך האָב אַליין נישט אָנטייל גענומען, כאָטש איך האָב זיך דעמאָלט געלערנט שפּאַניש און הינדי. נאָך דעם וואָס איך האָב אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדיש, אָבער, איז דער געדאַנק פֿון בויען אַ היים, אין וועלכער מע קען רעדן די שפּראַך טאָג־טעגלעך, געוואָרן זייער צוציִיִק — בפֿרט צוליב דעם, וואָס עס איז אוממעגלעך צו פֿאָרן אויף אַ זמן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקן לאַנד — אַ לוקסוס, וואָס געהערט נאָר צו סטודענטן, וואָס לערנען זיך אַנדערע שפּראַכן.

גלײַך נאָך מײַן ערשטן זומער אין דער „ייִוואָ‟־זומער־פּראָגראַם, קנאַפּע אַכט חדשים נאָך דעם, וואָס איך האָב זיך אָנגעהויבן לערנען ייִדיש, האָב איך שוין געוואָלט זיך אַרײַנקלײַבן אין אַ „ייִדיש־הויז‟. און אַ געלעגנהייט האָט זיך טאַקע געמאַכט: דאָס ברוקלינער „ייִדיש־הויז‟ האָט דעמאָלט געזוכט אַ נײַעם אײַנוווינער. איך האָב געוואָלט… אָבער ניין, עס איז נאָך אַלץ געווען צו פֿרי, ייִדיש איז מיר געווען צו נײַ, און דאָס פֿאַרלאָזן מײַנע לימודים אין באָסטאָן, כּדי זיך צו יאָגן נאָך אַ מאַניענדיקן חלום וועגן ייִדיש האָט מיר אויסגעזען צו משוגע.

נאָך צוויי יאָר זענען פֿאַרבײַגעפֿלויגן, און עס איז שוין געוואָרן קלאָר, אַז ייִדיש איז בײַ מיר נישט קיין קאַפּריז. איך האָב זיך ביז דעמאָלט געהאַט אויסגעלערנט גענוג ייִדיש, אַז איך האָב געקענט לייענען אַ ראָמאַן און פֿירן אַ שמועס. איך האָב זיך אויך געהאַט באַקענט מיט אַ נעץ ייִדיש־רעדערס און סטודענטן, איבער דער וועלט און בפֿרט אין באָסטאָן, וווּ איך וווין נאָך אַלץ. און איך האָב נאָך אַלץ (און וואָס אַ מאָל שטאַרקער) געוואָלט רעדן ייִדיש טאָג־טעגלעך אין דער היים; האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז די צײַט איז געקומען צו שאַפֿן אַ „ייִדיש־הויז‟ אין באָסטאָן.

צום גליק, איז דער זעלביקער פּלאַן אויך אײַנגעפֿאַלן אַנדערע, ספּעציעל אַ פּאָר געוועזענע ייִדיש־פֿאַרמניקעס, וואָס וווינען אין באָסטאָן. צום סוף, זענען צונויפֿגעקומען פֿינף פֿאַראינטערעסירטע: דרײַ (איך, ליליע ווײַצמאַן, און חווה מאָראַלעס), וואָס האָבן געוואָלט טאַקע וווינען אינעם הויז, און צוויי (משה עדוואַרדס און אָדם־דוד ריטש), וואָס האָבן שוין געוווינט אין אַנדערע דירות, אָבער האָבן געוואָלט העלפֿן צו בויען אונדזער קהילהלע. על־פּי נס האָט איינע פֿון אונדז שוין געוווינט אין אַ דירה מיט דרײַ שלאָפֿצימערן — צוויי פֿון זיי — ליידיק. מיר האָבן אָנגעגעבן אויף אַ סובסידיע פֿון דער פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער שפּראַכקולטור אַ”נ פֿון בנימין שעכטער — אויף שטיצע, וואָס זאָל דערמעגלעכן סײַ דאָס בויען אונדזער היים, סײַ דאָס האַלטן אונטערנעמונגען פֿאַר דער גרעסערער קהילה ייִדיש־רעדערס אין באָסטאָן. מיר האָבן טאַקע באַקומען די סובסידיע, און מיר האָבן זיך אַרײַנגעצויגן אין דער דירה דעם 1טן סעפּטעמבער, 2014.

מע שפּילט אין קאָרטן במשך פֿונעם חנוכּת־הבית
מע שפּילט אין קאָרטן במשך פֿונעם חנוכּת־הבית

ביז איצט איז אונדזער עקספּערימענט זייער געראָטן. אונדזער „מאַנשאַפֿט‟ (די דרײַ אײַנוווינערינס מיט די צוויי נישט־אײַנוווינענדיקע אָרגאַניזאַטאָרן) טרעפֿט זיך יעדן חודש אַרומצורעדן פּלענער אויף די קומענדיקע אונטערנעמונגען. מיר, אײַנוווינערינס, טרעפֿן זיך אַ ביסל אָפֿטער — מיר פּרוּוון זיך טרעפֿן איין מאָל אַ וואָך. מיר רעדן אַרום דירה־ענינים, און מיר טיילן זיך מיט אונדזער „רויזן און דערנער‟ (די בעסטע און ערגסטע זאַכן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען בשעת דער פֿאַרגאַנגענער וואָך). אונדזער ערשטע עפֿנטלעכע אונטערנעמונג איז געווען אַ חנוכּת־הבית אין אָקטאָבער. די שׂימחה האָט זייער מצליח געווען — אַ 10-12 געסט זײַנען געקומען (אַחוץ אונדז 5), אַרײַנגערעכנט מענטשן פֿונעם באָסטאָנער „אַרבעטער־רינג‟ (וואָס האָבן אונדז געבראַכט מתּנות: בלומען, ביכער, און אַפֿישן!), ווי אויך 3 ייִדיש־תּלמידים פֿון „בראַנדײַס־אוניווערסיטעט‟. מיר האָבן געבאַקן פּיצע און צוגעגרייט סאַלאַט, געשמועסט אויף ייִדיש, און געשפּילט אין „עפּל־צו־עפּל‟.

בעת די אָפֿענע „ביוראָ־שעהען‟
בעת די אָפֿענע „ביוראָ־שעהען‟

אין נאָוועמבער און דעצעמבער האָבן מיר „געהאַלטן ביוראָ־שעהען‟. מע איז זיך צונויפֿגעקומען, געקאָכט מיטאָג, געטאָן היימאַרבעט פֿון ייִדיש־קלאַסן, און געלייענט ייִדישע מעשׂיות צוזאַמען. מיר האָבן אויך געזונגען ייִדישע לידער. איר קענט זיך צוהערן צו אונדזער נוסח פֿון „הוליעט, הוליעט, בייזע ווינטן‟, דאָ (דאָס בין איך מיט נעמי לערמאַן, אַ מיטגליד פֿון דער באָסטאָנער ייִדיש־קהילה, וואָס האָט זיך אויסגעלערנט דאָס ליד דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער, בשעת איר רײַזע מיטן „העליקס־פּראָיעקט‟):

דרײַ מאָל האָבן מיר זיך געטראָפֿן אויף אונדזער „גראַמאַטיק־קרײַז‟. צוערשט, האָבן מיר איבערגעחזרט „קאָלעדזש ייִדיש‟ פֿון אוריאל ווײַנרײַכן, און דערנאָך האָבן מיר געלייענט די ערשטע צוויי לעקציעס פֿון „ייִדיש צוויי‟ פֿון מרדכי שעכטערן. מיר פּלאַנירן זיך ווײַטער צו טרעפֿן און לערנען זיך פֿרילינג־צײַט. אינעם „גראַמאַטיק־קרײַז‟, צווישן אַנדערע פֿון אונדזערע אַקטיוויטעטן, קען מען אָנטייל נעמען דורך דער אינטערנעץ — מיר באַנוצן זיך אַ מאָל מיט „גוגל־האַנגאַוטס‟ און אַ מאָל „סקײַפּ‟ זיך צו פֿאַרבינדן מיט די אָנטייל־נעמער, וואָס וווינען נישט אין באָסטאָן.

די ליסטע פֿון אַחריותן

פֿאַרשטייט זיך, אַז אַלע אַקטיוויטעטן קומען פֿאָר אין גאַנצן אויף ייִדיש. מיר האָבן אַרויפֿגעהאָנגען ייִדישע אַפֿישן אויף די ווענט, און מיר ניצן אַ שיינע טאַבעלע אויף ייִדיש, כּדי צו האַלטן אַ חשבון פֿון אונדזער בעל־הביתּישע אַחריותן. מיר האָבן אויך אַ פֿײַנע ביבליאָטעק אין הויז, מיט אַן ערך 200 ייִדישע ביכער און צײַטשריפֿטן. און אין דעצעמבער האָבן מיר צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿון דער היגער ייִדישער צײַטונג (The Jewish Advocate): //www.thejewishadvocate.com/news/2014-12-05/Top_News/The_mamaloshen_lives_on_in_Jamaica_Plain.html.

צום באַדויערן, האָבן זיך אויך געטראָפֿן אַ פּאָר שוועריקייטן. די געוויינטלעכע שוועריקייטן פֿון צוזאַמענלעבן (קאָמוניקאַציע, פּשרות, קויפֿן אשר־יצר־פּאַפּיר, און צוציִען דעם אויפֿמערק פֿון דעם בעל־הבית ווען עפּעס ווערט צעבראָכן) זענען געוואָרן נאָך שווערער — נישט דווקא צוליב דער שפּראַך, נאָר ווײַל מיר אַלע דרײַ אײַנוווינערינס זײַנען גאָר פֿאַרנומען. איך, ווײַל איך פֿיר נישט בלויז אַ טאָג־טעגלעך לעבן ווי אַ פֿול־צײַטיקע רבנות־סטודענטקע, נאָר אויך אַ „צווייט, סודותדיק לעבן‟ ווי אַ ייִדישיסט (איך האָב גענומען אַן אַוואַנסירטן קלאַס אין ייִדיש־ליטעראַטור אין „האַרוואַרד‟ בײַ נאַכט, נאָך אַ פֿולן טאָג פֿון אַנדערע קלאַסן; איך האַלט אין איבערזעצן אַ ייִדישן ראָמאַן דורך דער איבערזעצונג־סטיפּענדיע בײַם „ביכער־צענטער‟; און איך שרײַב פֿאַרשיידענע אַרטיקלען און לערן וואַרשטאַטן וועגן ייִדיש און אַשכּנזישער געשיכטע); ליליע, ווײַל זי פּרוּווט טאַקע לעבן פֿון ייִדיש (זי לערנט אַ ייִדיש־קלאַס פֿאַר דערוואַקסענע אין „אַרבעטער־רינג‟, נאָך איינעם פֿאַר צענערלינגען אין אַ נאָך־שול־פּראָגראַם, און זעצט איבער זכרונות און בריוו); און חווה, ווײַל זי אַרבעט אַ פֿולן טאָג ווי אַ מאַטעמאַטיק־רעפּעטיטאָר — און ווען נאָר זי דאַרף ניט זײַן בײַ דער אַרבעט, איז זי זייער אַן איבערגעגעבענע אַקטיוויסטקע (און זי געפֿינט אויך די צײַט ווײַטער צו לערנען ייִדיש אינעם אַוואַנסירטן קלאַס אין „אַרבעטער־רינג‟!).

די גרעסטע צרה איז, אָבער, נישט געווען אונדזער פֿאַרנומענקייט — נאָר די דירה אַליין. עטלעכע טיילן פֿונעם בנין זעען אויס אַלט און שלעכט געבויט, און מיר האָבן אַ מאָל מורא, ער זאָל נישט אין גאַנצן אײַנפֿאַלן! דערצו איז פֿאָרגעקומען אַן אומגליק אין נאָוועמבער מיט צוויי אַרבעטער, וואָס האָבן געהאַלטן אין איבערבויען אונדזער גאַניק. לאָמיר האָפֿן, אַז דער מצבֿ מיט דער דירה וועט נישט ערגער ווערן. מיר פּלאַנירן אויף זיכער צו זוכן אַ נײַע דירה אין האַרבסט!

דערווײַל, אָבער, פּלאַנירן מיר אונדזערע פֿרילינג־אונטערנעמונגען, און מיר קוקן אַרויס ווײַטער צו בויען אונדזער קהילהלע. אויב איר קומט אין באָסטאָן, לאָזט אונדז וויסן — און אויב נישט, באַזוכט אונדז אויף פֿייסבוך (//www.facebook.com/ganyidn) אָדער טוויטער (https://twitter.com/ganyidn). מיר וועלן זיך פֿרייען צו הערן פֿון אײַך!