Vayter

זאַבלודאָווע און די אַלטע זאַבלודאָווער שיל*

Zabludow and the Old Zabludow Synagogue

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share
די זאַבלודאָווער שיל, 1895

ווי באַוווּסט, האָבן ניט זעלטן די אַלטע ייִדישע שטעטלעך געהאַט זייערע אייגענע ייִדישע נעמען, וואָס האָבן געקלונגען אַנדערש פֿון די אָריגינעלע גוייִשע; אָדער פֿאַרטײַטשט די גוייִשע נעמען אויף אַ ייִדישן שטייגער. אין דער פֿריִערדיקער נאָטיץ האָבן מיר דערמאָנט דאָס ייִדישן שטעטל שעבערשין, נישט ווײַט פֿון לובלין, וואָס די אָרטיקע ייִדן האָבן פֿאַרטײַטשט ווי שבֿ־ראשון.

אַן אַנדער טײַטש האָט באַקומען דאָס שטעטל רײַגראָד, וואָס אויף אוקראַיִניש מיינט, די שטאָט פֿון גן־עדן. אַרום דעם נאָמען ווערט דערציילט אַזאַ מעשׂהלע: די ערשטע אײַנוווינער פֿון דעם אָרט זײַנען געווען אָדם און חוה. אין זייער זכר איז פֿאַרבליבן דאָס שטעטל רײַגראָד.

אָבער די מעשׂה גייט אָן ווײַטער: ווען דאָס געטלעכע פּאָרעלע האָט פֿאַרזינדיקט און אַרויסגעטריבן געוואָרן פֿונעם גן־עדן, זײַנע זיי ביידע אומעטיק געגאַנגען מיטן גלײַכן וועג. אָדם האָט געוואָלט מיט עפּעס אויפֿמונטערן זײַן געמיט, האָט ער אין מיטן וועג אויסגעשריִען צו חוהן: „הראַי יעוואַ‟, וואָס מיינט אויף אוקראַיִניש, „שפּיל חוה‟. אַזוי ווערט פֿאַרטײַטשט דער נאָמען פֿונעם צווייטן שטעטל הראַיעוואָ.

זייער וועג האָט זיך אָבער אָנגעהויבן צעצווײַגן זיך; האָט אָדם געוואָלט גיין אין איין זײַט, און חוה — אין אַן אַנדער זײַט, ביז זיי האָבן זיך צעקריגט און זיך פֿאַרבלאָנדזשעט. דאָס אָרט, וווּ דאָס אַלץ איז געשען, הייסט טאַקע אַזוי ביזן הײַנטיקן טאָג — זאַבלודאָוואָ, וואָס מיינט, אַ פֿאַרבלאָנדזשעט אָרט. מיט הונדערטער יאָר צוריק האָבן אַהין פֿאַרבלאָנדזשעט עטלעכע ייִדישע משפּחות, און פֿון זיי פֿירט דעם אָנהייב דאָס לעבן פֿונעם ייִדישן שטעטל זאַבלודאָווע.

די זאַבלודאָווער שיל איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אָן אַ צוואָק. איין מאָל האָט לעבן דער שיל זיך אָפּגעשטעלט אַ קאָזאַק, אַ גרויסער עקשן און אַ שׂונא־ישׂראל. איז אים אײַנגעפֿאַלן אָפּצוטאָן די ייִדן אויף טערקיש, דהײַנו: אַרײַנשלאָגן אין דער שיל אַ צוואָק. האָט מען אים געוואָרנט, ער זאָל עס נישט טאָן, אַז ס‘איז אַ סכּנה. גיי, אָבער, דערקלער אַ קאָזאַק אַן עבֿירה! האָט ער סײַ־ווי ניט געפֿאָלגט און געטאָן זײַנס. וואָס זשע מיינט איר? גאָר אין גיכן איז ער געשטאָרבן.

וועגן דער זאַבלודאָווער שיל דערציילט מען, אַז אַמאָל איז אין זאַבלודאָווע אויסגעבראָכן אַ שׂרפֿה, וועלכע האָט זיך גיך פֿאַרשפּרייט אַרום דער שיל. זײַנען מיטאַמאָל אָנגעפֿלויגן גרויסע מחנות קראָען און ניט צוגעלאָזט צו דער שיל דאָס פֿײַער.

און נאָך איין מסורה. אין זאַבלודאָווער שיל האָט שטענדיק געברענט אַן אַלטער לאַמטערן ווי דער נר־תּמיד. היות אָבער דער לאַמטערן איז שוין געווען זייער אַלט, האָט אַ מנדבֿ געגעבן 25 רובל צו קויפֿן אַ נײַעם לאָמפּ. אַז מ‘האָט געקויפֿט דעם נײַעם לאָמפּ, האָט אים דער שמשׂ אָנגעצונדן, און דעם אַלטן לאַמטערן אַרונטערגעשטעלט אונטער דער באַנק.

אַז ער האָט זיך אומגעקערט, האָט ער צו זײַן גרויסן חידוש דערזען, אַז דער נײַער נר־תּמיד איז אויסגעלאָשן געוואָרן, און דאָס פֿײַערל ברענט ווײַטער אינעם אַלטן לאַמטערן. האָט ער עס פֿאַרלאָשן און צוריק אָנגעצונדן אינעם נײַעם לאָמפּ. אין אַ צײַט אַרום האָט דער שמשׂ ווידער באַמערקט דעם אייגענעם חידוש — געברענט האָט דער נר־תּמיד אינעם אַלטן לאַמטערן, ניט אינעם נײַעם לאָמפּ.

דעמאָלט האָט ער וועגן דעם דערציילט דעם רבֿ, וועלכער האָט אים געהייסן אַראָפּנעמען דעם נײַעם לאָמפּ און צוריק אויפֿהענגען דעם אַלטן לאַמטערן, וואָס האָט געברענט ביזן טאָג, ווען די נאַציס האָבן אין אָקטאָבער 1942 ליקווידירט די געטאָ אין זאַבלודאָווע, און אומגעבראַכט אַלע 1,400 זאַבלודאָווער ייִדן אין טרעבלינקע.


די זאַבלודאָווער שיל, אויפֿגעבויט אין 1637. אַ מוסטער פֿון דער שיל האָבן אויפֿגעשטעלט די סטודענטן פֿונעם וויסקאָנסין־אוניווערסיטעט אין 2004.