איך האָב זיך תּמיד געפֿוילט צו פֿירן אַ טאָגבוך, און פֿאַרלאָזן זיך אויפֿן זכּרון איז שווער — עפּעס פֿאַלט אין גאַנצן אַרויס און עפּעס בלײַבט פֿאַרקריפּלט אין די מאַרך־קנייטשן. ס’איז נאָך גוט, וואָס געוויסע זאַכן זײַנען פֿאַרשריבן אין אַרטיקלען און ביכער. לעצטנס, האָב איך אַ קוק געטאָן, וואָס איך האָב געשריבן וועגן מיכאַיִל גאָרבאַטשאָווס צײַט און איבערגעלייענט, למשל, אַז דעם 1טן פֿעברואַר 1990 האָט אַהרן ווערגעליס, דער רעדאַקטאָר פֿונעם מאָסקווער ייִדישן ליטעראַרישן זשורנאַל „סאָוועטיש היימלאַנד‟, וווּ איך האָב דעמאָלט געאַרבעט, אָנגעשריבן אַ בריוו טאַקע צו גאָרבאַטשאָוון.
אין דעם בריוו האָט ווערגעליס געבעטן דעם לעצטן סאָוועטישן פֿירער צו דערקלערן, וואָס עס קומט פֿאָר און וואָס עס וועט פֿאָרקומען מיט די סאָוועטישע ייִדן. אַנשטאָט אַן ענטפֿער, איז אָנגעקומען, אויף וויפֿל איך געדענק, אַ צעטל פֿון גאָרבאַטשאָווס קאַנצעלאַריע, אָנגעשריבן אַבי זיך אָפּצוטשעפּען.
די העזה אַליין צו שרײַבן אַזאַ בריוו ווײַזט, ווי גיך און דראַמאַטיש האָט זיך דעמאָלט, מיט אַ פֿערטל יאָרהונדערט צוריק, געביטן דער מצבֿ; אַזוי ווײַט דראַמאַטיש, אַז אַפֿילו אַזאַ אויסגעפּרוּווטער מענטש ווי ווערגעליס האָט געקענט זיך דערלויבן צו שטעלן פֿראַגעס — און קלאָץ־קשיאות — דעם סאָוועטישן הויפּט־פֿירער.
דראַמאַטיש איז געווען אויך די אַלגעמיינע שטימונג אין יענער צײַט. בכּיוון צי ספּאָנטאַן האָבן צירקולירט קלאַנגען וועגן אַנטי־ייִדישע פּאָגראָמען. אַז אָט־אָט וועלן זיי אויסברעכן. צו מאָל האָט מען אַפֿילו גערעדט וועגן אַ באַשטימטער דאַטע. אַזעלכע קלאַנגען האָבן, בלי־ספֿק, צוגעגעבן ענערגיע דער עמיגראַציע־כוואַליע, וועלכע איז אַזוי אויך געווען זייער שטאַרק.
צווישן די קלאַנגען וועגן פּאָגראָמען האָט זיך דעמאָלט צי אַ ביסל שפּעטער (דאָ וואָלט צוניץ געקומען אַ טאָגבוך) אַרײַנגעריסן אויך אַ נײַעס וועגן דײַטשלאַנד. דהײַנו: אַז ייִדן קענען פֿאָרן קיין מיזרח־דײַטשלאַנד, מע וועט זיי דאָרט אויפֿנעמען מיט אָפֿענע הענט. גראָד אין יענער צײַט האָט מען געמאַכט גרינגער די פּראָצעדור פֿון באַקומען די דערלויבעניש צו באַזוכן די לענדער פֿונעם קאָמוניסטישן בלאָק. איך געדענק זייער גוט, אַז זומער 1990 האָבן מיר, מײַן ווײַב און איך, קיין באַזונדערע קאָפּווייטיקן ניט געהאַט בײַם פֿאָרן אויף וואַקאַציעס קיין בולגאַריע.
מיזרח־דײַטשלאַנד האָט אויך געהערט צו די „כּשרע‟ לענדער. בײַ מײַן שוויגער איז געווען אַ ווײַטע קרובֿה צי אַ חבֿרטע, וואָס איז געווען אויסגעשולט ווי אַ לערערקע פֿון דײַטש, אָבער געאַרבעט ווי אַן איבערזעצערין. זי האָט געהערט צו די ערשטע עטלעכע הונדערט ייִדן, וועלכע האָבן גלײַך באַשלאָסן אויסצונוצן די מעגלעכקייט צו פֿאַרלאָזן דאָס סאָוועטישע לאַנד. אַ סבֿרא, אַז קיין חשק צו פֿאָרן קיין ישׂראל האָבן זיי ניט געהאַט, און דאָ נאָט אײַך — איין קלייניקייט! — דײַטשלאַנד. ס’איז באַוווּסט, אַז אין אָקטאָבער 1990 זײַנען קיין דײַטשלאַנד פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד שוין געקומען צוויי טויזנט ייִדן.
וואָס שייך דער לעגאַלקייט פֿון זייער אָנקומען, האָט זיך דער דאָזיקער פּראָצעס אַנטוויקלט גאַנץ כאַאָטיש. צוריק גערעדט, איז דאָס לעבן אַליין אין מיזרח־דײַטשלאַנד געווען דעמאָלט כאַאָטיש. עס האָט נאָך עקזיסטירט אַזאַ מדינה — די דײַטשישע דעמאָקראַטישע רעפּובליק (אַזוי האָט אָפֿיציעל געהייסן מיזרח־דײַטשלאַנד), אָבער די גרענעצן צווישן דער דאָזיקער רעפּובליק און דעם פֿעדעראַטיוון דײַטשלאַנד זײַנען געווען אָפֿן. די בערלינער וואַנט איז דאָך „דורכגעבראָכן‟ געוואָרן נאָך אין נאָוועמבער 1989.
עס האָט זיך באַוויזן עפּעס אַ „רונדער טיש‟, וואָס האָט פֿאָרגעשטעלט די דײַטשישע געזעלשאַפֿטלעכקייט און געקענט איבערגעבן זײַנע באַשלוסן דער רעגירונג. און טאַקע פֿונעם „רונדן טיש‟ האָט מען נאָך אָנהייב פֿעברואַר 1990 דערהערט די אידעע גופֿא, אַז דײַטשלאַנד מוז דערלויבן די סאָוועטישע ייִדן צו קומען, כּדי זיך ראַטעווען פֿון די מעגלעכע פּאָגראָמען.
דעם 18טן מאַרץ 1990 האָט מען אין מיזרח־דײַטשלאַנד דורכגעפֿירט די ערשטע דעמאָקראַטישע וואַלן. געוווּנען די וואַלן האָבן די קריסטלעכע דעמאָקראַטן, און דאָס האָט ברייט געעפֿנט די טויערן פֿאַר דער קומענדיקער פֿאַראייניקונג — דעם 3טן אָקטאָבער 1990 — פֿון די צוויי טיילן פֿון דײַטשלאַנד. דערווײַל האָט די נײַע רעגירונג גענומען עפּעס צו טאָן, כּדי אויפֿצונעמען די אָנגעקומענע סאָוועטישע ייִדן, אויסגעטיילט פֿאַר זיי צײַטווײַליקע וווינונגען און באַזאָרגט זיי מיט אַנדערע זאַכן.
אַזוי צי אַזוי, אָבער צו דער צײַט, ווען דײַטשלאַנד האָט זיך סוף־כּל־סוף פֿאַראייניקט, איז ניט געווען קיין קלאָרער לעגאַלער יסוד פֿאַרן אויפֿנעמען ייִדישע אימיגראַנטן. דאָס האָט מען אויסגעסדרט שוין שפּעטער, און געעפֿנט דערמיט אַ וועג פֿאַר אַ ממשותדיקן אימיגראַנטישן שטראָם. ווי מיר ווייסן, האָט דער דאָזיקער שטראָם אין אַ גרויסער מאָס אויסגעפֿורעמט דעם ייִדישן ייִשובֿ אין דײַטשלאַנד. הײַנט וווינען אין דײַטשלאַנד שוין ניט צוויי טויזנט רוסיש־רעדנדיקע ייִדן, נאָר בערך 200 טויזנט.
און אָנגעהויבן האָט זיך די גאַנצע מעשׂה פֿון אַ קלאַנג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.