אין פּוילן, אין דער לובלינער געגנט, איז געווען אַזאַ ייִדיש שטעטל, וואָס די ייִדן האָבן עס גערופֿן שעבערשין. די געשיכטע פֿונעם שטעטל האָט זיך אַזוי טיף אײַנגעוואָרצלט אין יענע מקומות, אַז ס׳איז הײַנט שווער צו דערקלערן, פֿון וואַנען דער נאָמען נעמט זיך: צי די ייִדן האָבן דעם שטעטל געגעבן אַזאַ נאָמען, צי די אָרטיקע אײַנוווינער האָבן עס צוגעטראַכט.
ווי עס זאָל נישט זײַן, האָבן זיך אַרום דעם אַלטן ייִדישן שטעטל אײַנגעקריצט אינעם פֿאָלקס־זכּרון פֿאַרשידענע לעגענדעס. אייניקע פֿון זיי וועלן מיר הײַנט דערמאָנען.
לויט דער מסורה איז דאָס שטעטל שעבערשין די ערשטע פֿון די „תּשע קהילות‟, וווּ די ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין פּוילן נאָך דער אויסוואַנדערונג פֿון שפּאַניע. דעריבער הייסט טאַקע דאָס שטעטל שעבערשין, וואָס מיינט, „שבֿ בראשון‟.
צווישן די ערשטע זאַכן, וואָס די ייִדישע אײַנוואַנדערער פֿלעגן טאָן, איז באַוואָרענען די קהילה מיט אַ בית־עולם און מיט אַן אָרט צו דאַוונען. מע האַלט, אַז די ערשטע שעבערשינער שיל איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן מיט איבער 1,000 יאָר צוריק. געבויט האָט זי דער זעלבער מײַסטער, וואָס האָט אויפֿגעבויט די קראָקעווער (אָדער פּראָגער) און טאָמאַשעווער שילן.
געלט אויף דער שיל אין שעבערשין האָט געגעבן ר׳ אײַזיק ר׳ יעקעלעס, וואָס וועגן אים ווערט דערציילט אַזאַ מעשׂה: ר׳ אײַזיק ר׳ יעקעלעסן האָט זיך געחלומט, אַז אין לײַפּציג, אונטער אַ בריק געפֿינט זיך אַן אוצר. האָט ער זיך געלאָזט גיין קיין לײַפּציג, און אונטער אַ דאָרטיקער בריק האָט ער אָנגעהויבן זוכן דעם אוצר.
אַ דײַטש האָט אים געפֿרעגט וואָס ער גראָבט, האָט ר׳ אײַזיק אים דערציילט זײַן חלום. אויסגעהערט דעם ייִד, האָט דער דײַטש זיך זייער פֿאַרחידושט, ווײַל אים, דעם דײַטש, האָט זיך גראָד יענע נאַכט געחלומט, אַז דער אוצר געפֿינט זיך דווקא אונטערן אויוון בײַ ר׳ אײַזיק ר׳ יעקעלעס אין שטוב.
ר׳ אײַזיק איז באַלד געפֿאָרן אַהיים און טאַקע געפֿונען דעם אוצר בײַ זיך אין שטוב אונטערן אויוון. מיט דעם געלט האָט ער אויפֿגעבויט די שעבערשינער שיל.
אַן אַנדער לעגענדע דערציילט, אַז אין דער שעבערשינער סבֿיבֿה איז פֿאַראַן אַ דאָרף מיטן נאָמען קאַווענטשינער. אויפֿן וועגן צום דאָזיקן דאָרף איז צווישן די הויכע בערג פֿאַראַן אַ טיפֿער טאָל, וואָס לאָזט זיך אַראָפּ אַלץ טיפֿער און טיפֿער כּמעט ווי אַ גרוב. אין דעם דאָזיקן טאָל געפֿינט זיך אַ הייל, וואָס די אָרטיקע פּויערים רופֿן, „זשידאָווסקאַ שקאָלאַ (ייִדישע שול). מע דערציילט, אַז ווען די ייִדן האָבן אײַנגעוואַנדערט פֿון שפּאַניע קיין פּוילן, האָבן זיי אויף דעם וועג אַ שטיקל צײַט גערוט. בשעת־מעשׂה האָבן זיי געלערנט און געדאַוונט.
אויף אייניקע אַלטע ביימער אין יענער געגנט געפֿינען זיך נאָך הײַנט שפּורן פֿון אויסגעקריצטע לשון־קודשדיקע ווערטער, וואָס דאַרפֿן זיך לייענען אַזוי: „כּאן השלמנו מסכת שבת‟. דאָרט געפֿינט זיך אויך אַ טײַכל, וואָס מע רופֿט עס נאָך הײַנט „דאָס טײַכל פֿון שמואל־הנבֿיא‟. אין יענער געגנט געפֿינט זיך אויך אַ הייל דורך וואַנען עס פֿירט, לויט דער מסורה, אַ וועג קיין ארץ־ישׂראל.
מע דערציילט, אַז אַרום צוויי הונדערט יאָר צוריק האָט אין שעבערשין געוווינט אַ צדיק, וואָס איז באַקאַנט געווען ווי דער „ווײַסער רבילע‟ — צוליב די ווײַסע מלבשים, וואָס ער האָט שטענדיק געטראָגן.
ער איז זייער באַרימט געווען מיט זײַנע מופֿתים, און האָט שטאַרק געוואָלט אַראָפּברענגען משיחן. איין מאָל איז ער אַרויס אין וואַלד און געזאָגט, אַז ער גייט קיין ארץ־ישׂראל. מיט אים זײַנען מיטגעגאַנגען אַלע קונדסים־ייִנגלעך און עטלעכע נשים־צדקניות, ביז ער איז צוגעקומען צו דער הייל. דאָ האָט ער זיך אָפּגעשטעלט. קודם, האָט ער אַרײַנגעשיקט אַ ציג אין דער הייל און געוואַרט דרײַ טעג. ווען ער האָט געזען, אַז די ציג איז נאָך דרײַ טעג נישט צוריקגעקומען, האָט ער געזאָגט, אַז דאָס איז זיכער דער וועג קיין ארץ־ישׂראל, און איז אַרײַן אין דער הייל. מער איז ער שוין פֿון דאָרט נישט אַרויס.
הײַנט וווינען אינעם פּוילישן שטעטל Szczebrzeszyn אַרום 5,357 נפֿשות; פֿון אַן אַמאָליק רײַך ייִדיש לעבן זײַנען געבליבן נאָר זעלטענע סימנים, און צווישן זיי אויך די שיל, וואָס איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ קולטור־הויז.
אין פּוילן איז נאָך פֿאַרשפּרייט אַזאַ גיכווערטל, וואָס קלינגט אויף פּויליש בערך אַזוי: W Szczebrzeszynie chrząszcz brzmi w trzcinie, וואָס מיינט „אין שעבערשין אין אָטשערעט זשוזשעט אַ זשוק‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.