טרויעריק זײַנען געווען געשטימט פּען־מענטשן אין רוסלאַנד נאָך דער מפּלה פֿון דער רעוואָלוציע אין יאָר 1905. דאָס האָט זיך אָפּגעשפּיגלט אויך אין דער ייִדישער ליטעראַטור, וואָס זײַן מצבֿ האָט אַנאַליזירט מיכאל קרוטיקאָוו אין זײַן מאָנאָגראַפֿיע Yiddish Fiction and the Crisis of Modernity (2002). צו יענער צײַט געהערט, בפֿרט, די פּיעסע פֿון פּרץ הירשביין „אינטעליגענט‟.
די רייד גייט אין דער פּיעסע וועגן אַ ייִדישער משפּחה, וואָס באַשטייט פֿון די עלטערן און צוויי דערוואַקסענע קינדער. דער פֿאָטער איז געוואָרן אַ קאַליקער, אַזוי אַז די מוטער מוז פֿאַרדינען — זי באַקט און פֿאַרקויפֿט ברויט. די טאָכטער אסתּר און דער זון נחום זײַנען „אינטעליגענטן‟. אסתּר אַרבעט און, אַ דאַנק איר געלט, קען נחום זיך אין גאַנצן אָפּגעבן מיט דער אומלעגאַלער טעטיקייט.
אין דער אמתן, געהערן די שוועסטער און דער ברודער צו דער קאַטעגאָריע פֿון די אַזוי-גערופֿענע „האַלב־אינטעליגענטן‟, ווײַל קיין נאָרמאַלע אויסשולונג האָבן זיי ניט באַקומען. אַ סבֿרא, אַז זיי האָבן זיך אָנגעלייענט פֿאַרשיידענע ביכער און דערצו האָט עמעצער אין זיי אויפֿגעוועקט דעם פֿאַרלאַנג צו קעמפֿן פֿאַר אַ ליכטיקער צוקונפֿט.
דער סוף איז לחלוטין ניט קיין ליכטיקער. נחום הייבט אָן האָבן ספֿקות צי זײַן טעטיקייט האָט עפּעס אַ ווערט. ער טענהט, אַז קיין אונטערשייד איז ניטאָ צווישן אים און די רעליגיעזע בטלנים. צו לאַנג טראַכטן וועגן דעם האָט ער קיין צײַט ניט, ווײַל סײַ ער סײַ אסתּר ווערן אַרעסטירט און פֿאַרשפּאַרט אויף צוויי יאָר אין תּפֿיסה. נחום גייט אַרויס פֿון דאָרטן אַ פּסיכיש־קראַנקער. אסתּר בלײַבט בײַם זינען, אָבער אירע פֿיזישע כּוחות זײַנען זייער אָפּגעשוואַכט.
אַזעלכע ייִדישע „אינטעליגענטן‟ זײַנען אָפֿט געקומען קיין אַמעריקע אַרום דעם יאָר 1907. זיי האָבן געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין אַלע ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע און פּאָליטישע אָרגאַניזאַציעס. טויזנטער פֿון זיי האָבן געלייענט דעם „פֿאָרווערטס‟ און אַנדערע ייִדישע צײַטונגען. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס זיי האָבן געדיכט באַפֿעלקערט די ייִדישע רעדאַקציעס.
דעם 4טן יאַנואַר 1916 האָט זיך אין „פֿאָרווערטס‟ באַוויזן אַן אַרטיקל אונטערן טיטל „וואָס הייסט אַן אינטעליגענטער מענטש?‟. דער מחבר איז געווען אָנגעוויזן ווי אַ. ק., וואָס האָט געמיינט, אַ פּנים, אַז דער רעדאַקטאָר אַבֿהרם קאַהאַן האָט גענומען אויף זיך דאָס שליחות צו דערקלערן דעם ענין. ער האָט אונטערשטראָכן, אַז אין אַמעריקע שאַפֿט זיך אַ פּלאָנטער צוליב דעם, וואָס אויף ענגליש האָט דאָס וואָרט „אינטעליגענט‟ („אינטעלידזשענט‟) ניט דעם זעלבן באַטײַט ווי אויף רוסיש און ייִדיש. אויף ענגליש קען אַפֿילו אַ קלוגער הונט הייסן „אינטעלידזשענט‟.
אויף רוסיש האָט עס, אָבער, מער צו טאָן מיט בילדונג. דערפֿאַר קען מען באַשרײַבן ווי אַן „אינטעליגענט‟ אַפֿילו אַ נאַר, אָבער נאָר אַזאַ נאַר, וואָס האָט אַ גוטע בילדונג. זײַן אַרטיקל האָט קאַהאַן פֿאַרענדיקט אַזוי: „אָבער אַפֿילו אין דעם ענגלישן זין פֿון דעם וואָרט ‘אינטעליגענט’ קען מען אויך זײַן ‘אינטעלידזשענט’ און ניט קלוג. מען קען האָבן אַ געבוירענעם פֿאַרשטאַנד וועגן ביזנעס, וועגן זאַכן, און דאָך זײַן אַ נאַר… ווייניק פֿעיִקע ביזנעסלײַט זעען מיר, וואָס אַ חוץ זייער ביזנעס, זײַנען זיי אידיאָטן?‟
פֿון אַן אינטעליגענט האָט מען, בדרך־כּלל, דערוואַרט ניט נאָר קענטענישן אין דעם פֿאַך, נאָר אויך זײַן גוט אָנגעלייענט אין ליטעראַטור, האָבן אַ געפֿיל צו קונסט און מוזיק. דאָס הייסט, אַ גלענצנדיקער דאָקטער מיט אַ טיפֿן אינטערעס בלויז אין קוישבאָל וואָלט מען ניט קוואַליפֿיצירט ווי אַ ריכטיקן אינטעליגענט.
די ווערטער „אינטעליגענט‟ און „אינטעליגענץ‟ זײַנען געקומען אין ייִדיש פֿון רוסיש. ס’איז געווען אַזאַ שרײַבער און זשורנאַליסט, וואָס האָט געהייסן פּיאָטר באָבאָריקין (1835—1921). אַ דאַנק זײַנע זשורנאַליסטישע ווערק, האָט זיך אין די 1860ער יאָרן פֿאַרשפּרייט דער באַגריף פֿון „אינטעליגענץ‟. אַזוי האָט ער גערופֿן די פֿאָרשטייער פֿון דעם רוסישן אינטעליקטועלן עליט, צו וועלכן עס האָבן געהערט מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע פּאָליטישע אַפֿיליאַציעס, אָבער מיט אַ בשותּפֿותדיקן מאָראַליש־גײַסטיקן יסוד.
באָבאָריקין האָט זיך ניט אויסגעצייכנט ווי אַ פֿרײַנד פֿון ייִדן, וואָס איז געווען, אין תּוך אַרײַן, „נאָרמאַל‟ פֿאַר יענע יאָרן. אַפֿילו צווישן געבילדעטע ייִדן איז די ליבע צום אייגענעם פֿאָלק געווען ניט זייער פֿאַרשפּרייט. דאָס הייסט, אַז זיי האָבן געקענט ליב האָבן אַ ר’ ישׂראל, אָבער גלײַכצײַטיק האָבן גאָר אַ באַזונדערע מיינונג וועגן דעם גאַנצן כּלל־ישׂראל. אַזוי צי אַזוי, האָט באָבאָריקין ניט געקענט זיך פֿאָרשטעלן, אַז די ווערטער „אינטעליגענץ‟ און „אינטעליגענט‟ וועלן ווערן אַזוי וויכטיק אין דעם ייִדישן לעבן פֿון צאַרישן רוסלאַנד און, שפּעטער, פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. צו דער דאָזיקער קאַטעגאָריע האָבן געהערט, און געהערן נאָך אַלץ, זייער אַ סך ייִדן.
די ווערטער „אינטעליגענט‟ און „אינטעליגענץ‟ האָבן אַ שײַכות צו מיזרח־אייראָפּע און צו די אימיגראַנטן פֿון יענע מקומות. מיר שײַנט, אַז ס’איז ניט ריכטיק צולייגן די דאָזיקע באַגריפֿן צום מערבֿדיקן לעבן. אַפֿילו אינעם הײַנטיקן רוסלאַנד הערט מען און מע לייענט זיי אַלץ זעלטענער און זעלטענער. נײַע צײַטן פֿאָדערן נײַע ווערטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.