Vayter

מסורות פֿון אַמאָל און הײַנט: אַ ייִד לעבט פֿון ווינט

Legends from Once Upon a Time and Today: Jews Surviving on Air

  • Print
  • Share Share

ווען משה מאָנטעפֿיאָרע איז געווען אין רוסלאַנד בײַם צאַר אין הויף, האָט דער צאַר געמאַכט אַ באַל לכּבֿוד דעם גרויסן גאַסט. נאָכן עסן און טרינקען האָט דער צאַר פֿאַרבעטן מאָנטעפֿיאָרע זיך דורכשפּאַצירן אין זײַן גאָרטן. גייען זיי אַזוי און שמועסן וועגן פּאָליטיק, פֿינאַנצן, טערקן און דײַטשן, גיט דער צאַר פּלוצעם אַ פֿרעג: „זאָג נאָר, טײַערינקער, פֿון וואָס לעבן ייִדן?‟ האָט אים מאָנטעפֿיאָרע גלײַך געענטפֿערט: „פֿון ווינט. ווײַל די ייִדן זײַנען זייער אָרעם, האָבן זיי קיין אַנדער פּרנסה ניט.‟ דער צאַר האָט זיך זייער פֿאַרוווּנדערט: „סטײַטש, וואָס מיינט עס, לעבן פֿון ווינט?‟ — „אַוודאי, דו ביסט אַזאַ עושר, ליגט דיר ניט דער קאָפּ צו וויסן, וואָס עס טוט אַן אָרעמאַן, — האָט מאָנטעפֿיאָרע געענטפֿערט. — ווייסטו וואָס, קום אין שטאָט אַרײַן, וועלן מיר פֿרעגן אַ ייִד, פֿון וואָס ער לעבט?‟

דער צאַר איז באַלד מסכּים געווען און זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ פּראָסטן מענטש. גייען זיי שוין ביידע אין שטאָט אַרײַן און אויפֿן וועג טרעפֿן זיי אַ ייִד. גיט אים דער צאַר אָפּ אַ ברייטן שלום־עליכם און פֿרעגט אים, ווי דער ייִד הייסט. אַז ער ווייסט שוין זײַן נאָמען, פֿרעגט ער אים ווײַטער: „זאָג נאָר, ר׳ מאָרדקע, פֿון וואָס לעבסטו?‟ האָט דער ייִד אים געענטפֿערט: „פֿון ווינט, פֿאַרשטייט זיך‟. חידושט זיך דער צאַר און פֿרעגט ווײַטער: „ווי איז דאָך מעגלעך, אַז אַ מענטש זאָל קענען לעבן פֿון ווינט?!‟ האָט אים דער ייִד געענטפֿערט: „ס‘איז טאַקע שווער, אָבער קיין אַנדער ברירה האָב איך ניט. מע דאַרף דאָך אויסהאַלטן אַ ווײַב מיט זיבן קינדערלעך, קיין עין־הרע.‟ האָט אים דער צאַר געזאָגט: „אויב אַזוי, שענק איך דיר דעם ווינט פֿון גאַנץ רוסלאַנד, און לעב פֿון אים, געזונטערהייט!‟ דערהערט אַזאַ זאַך, האָט דער ייִד געפֿרעגט: „ווער ביסטו, זאָלסט שענקען אַזעלכע מתּנות?‟ דעמאָלט האָט דער צאַר געלאָזט זיך צו דערקענען, ווער ער איז.

דער ייִד איז, נעבעך, תּיכּף אַנידערגעפֿאַלן אויף דער ערד און זיך פֿאַרן צאַר גענייגט. ווען ער האָט זיך אויפֿגעהויבן, האָט ער צום צאַר אַזוי געזאָגט: „ווי קען איך זיך אָפּזאָגן פֿון אַזאַ צאַרסקע מתּנה? נאָר איין זאַך בעט איך דיך, דו זאָלסט מיר געבן אַ פּאַפּיר מיט דײַן שטעמפּל, אַז דער ווינט פֿון גאַנץ רוסלאַנד געהערט פֿון הײַנט אָן נאָר צו מיר‟. דער צאַר האָט קיין איבעריק וואָרט ניט געזאָגט, אַרויסגעגעבן דעם ייִד מאָרדקע אַזאַ פּאַפּיר מיט זײַן פּערזענלעכן שטעמפּל בײַ דער זײַט. דער ייִד, ווי נאָר ער האָט באַקומען דעם וויכטיקן דאָקומענט מיטן שטעמפּל פֿונעם צאַר, האָט באַלד מודיע געווען אַלע מילנער, וואָס האָבן געהאַט ווינטמילן, אַז פֿון הײַנט אָן טאָרן זיי ניט באַנוצן דעם ווינט, ביז זיי וועלן ניט געבן אַ שטײַער יעדן חודש; און ער האָט צעשיקט זײַן באַפֿעל אין אַלע גובערניעס פֿון רוסלאַנד. האָט זיך אָנגעהויבן אַ געשריי, אַ רעש, מ‘האָט אָבער גאָרניט געקענט טאָן — אַ פּאַפּיר פֿונעם צאַר מיט זײַן פּערזענלעכן שטעמפּל איז ניט אַבי וואָס!

אין אַ פּאָר יאָר אַרום האָט זיך דער צאַר דערמאָנט אין דעם ייִד מאָרדקע, וואָס ר׳האָט אים געשענקט דעם ווינט. איז ער נײַגעריק געוואָרן צו וויסן, וואָס דער ייִד טוט, פֿון וואָס ער לעבט? אָדער אפֿשר איז ער שוין געשטאָרבן פֿאַר הונגער? האָט דער צאַר זיך ווידער פֿאַרשטעלט פֿאַר אַן אָרעמאַן און איז געגאַנגען אין שטאָט אַרײַן אים זוכן. ער הייבט זיך אָן נאָכצופֿרעגן וועגן דעם ייִד, קיינער קען אים ניט. דער צאַר האָט געזען, אַז ס׳איז ניט קיין געשעפֿט, האָט ער געשטעלט אין דער צײַטונג אַ מעלדונג, אַז ער זוכט דעם ייִד מאָרדקע, און אויב יענער איז נאָך צווישן די לעבעדיקע, זאָל ער קומען צו אים אין זײַן פּאַלאַץ.

דער ייִד, נעבעך, האָט איבערגעלייענט דעם צאַרס מעלדונג, איז אים דאָס האַרץ אַראָפּ צו די פּיאַטעס. עס קאָן דען עפּעס גוטס אַרויסקומען פֿון אַזאַ מעלדונג?! האָט ער געכאַפּט די פֿיס אין די הענט און זיך געיאַוועט צום צאַר אין זײַן פּאַלאַץ.

דער צאַר האָט אים אָנגעקוקט אָבער ס׳איז שוין געווען גאָר אַן אַנדער ייִד, אויסגעפּוצט אין פֿראַנצייזישע קליידער און ענגלישע שיך, אויף די פֿינגער גלאַנצן פֿינגערלעך מיט טײַערע דימענטן, און בכלל רופֿט מען אים שוין ניט מאָרדקע, נאָר מאָריס סאָלאָמאָנאָוויטש. מיט איין וואָרט, אַן עושר.

דער צאַר דערקענט אים קוים. וואָס איז געשען? האָט דער ייִד אים דערציילט, אַז זײַן גאַנץ עשירות האָט ער געמאַכט פֿון ווינט. האָט אים דער צאַר געענטפֿערט: „איצט פֿאַרשטיי איך שוין, אַז משה מאָנטעפֿיאָרע איז גערעכט געווען‟ — און ווײַטער האָט ער געזאָגט צום ייִד: „ווײַל דו ביסט אַזאַ קלוגער מענטש, וועסטו נאָך האָבן דעם ווינט אַ פּאָר חדשים, און דערנאָך געהערט דער ווינט פֿון רוסלאַנד נאָר מיר!‟

אַזוי איז טאַקע געשען: דער צאַר האָט אָפּגענומען בײַם ייִד דעם ווינט און זינט דעמאָלט האָבן אַלע מילנער מיט ווינטמילן געצאָלט שטײַער דעם צאַר.