דעם 20סטן מאַרץ 1940 האָט דער „פֿאָרווערטס‟ אויף זײַן ערשטן זײַטל מיטגעטיילט וועגן דעם אָנקומען קיין ניו־יאָרק, מיט אַ טאָג פֿריִער, צוויי בכּבֿודיקע געסט: דער ליובאַוויטשער רבי און דער דירעקטאָר פֿון ייִוואָ (און לאַנג־יאָריקער מיטאַרבעטער פֿון „פֿאָרווערטס‟), מאַקס ווײַנרײַך. צופֿעליק האָט זיי געבראַכט די זעלבע שיף. ביידע זײַנען זיי געקומען פֿון אייראָפּע ווי פּליטים — דײַטשלאַנד האָט פֿאַרכאַפּט אַלץ מער לענדער אויפֿן קאָנטינענט. מער פּרטים וועגן ווײַנרײַכס פּליטה האָט די צײַטונג געבראַכט אין דעם אַרטיקל „אַ געשפּרעך מיט ד״ר ווײַנרײַך, וועלכער איז איצט געקומען פֿון קאָפּענהאַגען‟, פֿאַרעפֿטלעכט דעם 27סטן מאַרץ:
מיר האָבן אַ געהויבענעם גאַסט אין אונדזער ייִדישן ניו־יאָרק, דעם באַוווּסטן וויסנשאַפֿטלעכן פֿאָרשער און דירעקטאָר פֿון דעם ייִדישן וויסנשאַפֿלעכן אינסטיטוט אין ווילנע, ד״ר מאַקס ווײַנרײַך. ער קומט אַהער דירעקט פֿון דענמאַרק. דערבײַ איז דאָ אַן אינטערעסאַנטע מעשׂה.
ענדע לעצטן אויגוסט האָט ד״ר ווײַנרײַך געזאָלט זײַן אַ גאַסט בײַם פֿינפֿטן אינטערנאַציאָנאַלן קאָנגרעס פֿון לינגוויסטן, אין בריסל. דאָס איז אַ צוזאַמענפֿאָר פֿון שפּראַכנקענער, וואָס ווערט אָפּגעהאַלטן יעדע דרײַ יאָר. ד״ר ווײַנרײַך האָט דאָרט געזאָלט לייענען אויף ענגליש אַ רעפֿעראַט וועגן דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך. אַזוי ווי ער האָט נישט געוואָלט פֿאָרן דורך דײַטשלאַנד, איז ער אַרויסגעפֿאָרן פֿריִער מיט אַ שיף, מיטנעמענדיק זײַן עלטערן זון, אוריאל, וועמען ער האָט געוואָלט לכּבֿוד זײַן בר־מיצווה ווײַזן „די וועלט‟. און אַזוי האָט זיי די מלחמה פֿאַרכאַפּט אין קאָפּענהאַגען. אין דער לעצטער מינוט איז דער קאָנגרעס אָפּגערופֿן געוואָרן, און ד״ר ווײַנרײַך מיט זײַן זון האָבן ניט געהאַט צוליב וואָס צו פֿאָרן צוריק. איז ער אָפּגעווען אין קאָפּענהאַגען זינט דעם 20סטן אויגוסט ביז ענדע פֿעברואַר, ווען ער איז אָפּגעפֿאָרן מיטן זון אַהערצו, קיין אַמעריקע. אין ווילנע זײַנען פֿאַרבליבן ד״ר ווײַנרײַכס פֿרוי און זײַן ייִנגערער זון…
אין דעם פֿאַרעפֿנטלעכן שמועס מיט ווײַנרײַכן זײַנען איבערגעגעבן געוואָרן אייניקע פּרטים מכּוח דעם מצבֿ אין דענמאַרק, וואָס האָט געגעבן די ווײַנרײַכס אַ צײַטווײַליקן מקום־מיקלט. די ווײַנרײַכס האָבן פֿאַרלאָזט די מדינה ניט לאַנג פֿאַר איר אָקופּאַציע דורך דײַטשלאַנד דעם 9טן אַפּריל 1940. דער פֿרישער בולעטין פֿון „ידיעות פֿון ייִוואָ‟ איז כּולל אַן אינטערעסאַנטן אַרטיקל פֿון בענט בלודניקאָוו, אַ קאָפּענהאַגענער היסטאָריקער און זשורנאַליסט. ער האָט געפֿונען אינטערעסאַנטע אַרכיוו-מאַטעריאַלן, וואָס דערציילן וועגן ווײַנרײַכס אויפֿהאַלט אין דער דענישער הויפּטשטאָט.
עס לאָזט זיך אויס, אַז תּחילת זײַנען די ווײַנרײַכס געקומען קיין דענמאַרק זאַלבעדריט. די דריטע פּערזאָן איז געווען רעגינע ווײַנרײַך, מאַקס ווײַנרײַכס פֿרוי. אָבער ווען דער אויסברוך פֿון דער מלחמה האָט ראַדיקאַל געביטן דעם מצבֿ, האָט זי זיך אומגעקערט, מיט אַן עראָפּלאַן, קיין פּוילן, כּדי ניט איבערלאָזן דאָרטן אַליין דעם ייִנגערן זון, גבֿריאל. רעגינע ווײַנרײַך האָט געשיקט דעם מאַן אַ טעלעגראַם, אַז בײַ זיי איז אַלץ אין אָרדענונג, אָבער דערנאָך האָט זיך די פֿאַרבינדונג איבערגעריסן, ווײַל די סאָוועטישע אַרמיי האָט אָקופּירט ווילנע. די ווײַנרײַכס האָבן זיך פֿאַראייניקט שפּעטער, שוין אין אַמעריקע.
דעם 4טן מאַרץ האָט אַ גרופּע קאָפּענהאַגענער ליבהאָבער פֿון ייִדיש זיך צונויפֿגעקליבן, כּדי זיך געזעגענען מיט מאַקס ווײַנרײַכן. אַבֿרהם קראַקאָווסקי, בענט בלודניקאָווס זיידע (אַן ענטוזיאַסט פֿון ייִדיש), האָט געלייענט זײַן ליד, וואָס ער האָט געווידמעט דעם גאַסט. אַזוי האָט זיך פֿאַרענדיקט ווײַנרײַכס קאָפּענהאַגענער אויפֿהאַלט, וואָס האָט געדויערט אַריבער אַ האַלב יאָר.
דער אויבן דערמאָנטער „פֿאָרווערטס‟־אַרטיקל פֿאַרענדיקט זיך מיט אַזעלכע ווערטער:
ד״ר מאַקס ווײַנרײַך האָט זײַן איצטיקן באַזוך אַהער — ער איז דאָ געווען אַ פּאָר מאָל פֿריִער — געמאַכט אין די אינטערעסן פֿון דעם וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט. ער וויל פֿאַרשטאַרקן די היגע געזעלשאַפֿטלעכע און וויסנשאַפֿטלעכע פֿאַרבינדונגען מיט דעם ייִוואָ, כּדי צו שטאַרקן דעם ייִדישן קולטור־צענטער אין ווילנע. ער האָפֿט, אַז ביז סוף זומער וועט ער פֿאַרטיק ווערן מיט זײַן איצטיקער מיסיע.
די מלחמה האָט אין גאַנצן געביטן די פּלענער. פֿון דעם ווילנער ייִדישן קולטור-צענטער זײַנען פֿאַרבליבן נאָר פֿאַרבלוטיקטע חורבֿות. און אַפֿילו זיי, די חורבֿות, זײַנען געווען ניט־צוטריטלעך, ווײַל דאָרטן האָט געהערשט די סאָוועטישע מאַכט. האָט ווײַנרײַך גענומען ווידער אויפֿבויען דעם אינסטיטוט אין ניו־יאָרק. אַן אינסטיטוציע איז ווי אַ בוים, ניט אַלע מאָל באַקומט זיך עס — אײַנלעבן זיך אין אַ נײַ אָרט. אַ סבֿרא, אַז אָן ווײַנרײַכן, וואָס האָט אין זיך פֿאַרקערפּערט סײַ אַקאַדעמישע, סײַ אָרגאַניזאַציאָנעלע טאַלאַנטן, וואָלט אַזאַ איבערפֿלאַנצונג קיין מזל ניט געהאַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.