Vayter

„ליבער מענדל, ליבע רייזל‟

“Dear Mendl, Dear Reyzl”

פֿון גענאַדי עסטרײַך

  • Print
  • Share Share

אַ מאָל האָט מען געשריבן בריוו… בײַ אונדז האָבן זיך אָפּגעהיט די בריוו, וועלכע איך האָב געשריבן צו דעם מיידל, וואָס איז געוואָרן מײַן ווײַב מיט אַריבער 38 יאָר צוריק; און אירע בריוו האָבן זיך אויך אָפּגעהיט. איך בין זיכער, אַז אַזעלכע בינטלעך בריוו ליגן אין די שאַפֿעס פֿון אַ סך לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟, וועלכע געדענקען די תּקופֿה, ווען דאָס וואָרט „בליצבריוו‟ איז נאָך ניט געשאַפֿן געוואָרן. און וויפֿל מאָל האָבן מיר געלייענט און געזען אין די פֿילמען, ווי מע פֿאַרברענט אַזעלכע בריוו, אויב די ליבע ווערט אויסגעשעפּט? וואָס פֿאַרברענט מען איצט? די בליצבריוו?

מיר, מענטשן פֿון דער תּקופֿה, ווען דער עפּיסטאָלאַרער זשאַנער האָט נאָך געלעבט, וועלן דערציילן אונדזערע אייניקלעך, ווי אַזוי די קולטור פֿון שרײַבן און באַקומען בריוו האָט אויסגעזען. מיר וועלן זיי פֿאַרחידושן מיט אַזאַ מאָדנעם וואָרט ווי „טעלעגראַם‟ — אַ פֿענאָמען פֿון לעבן, וואָס איז שוין אָפּגעשטאָרבן. און די אייניקלעך וועלן קוקן אויף אונדז מיט ברייט צעעפֿנטע אויגן, גלײַך ווי מיר זײַנען על-פּי-נס פֿאַרבליבענע באַשעפֿענישן פֿון די באָבע-מעשׂהלעך, די העלדן, וואָס פֿלעגן שרײַבן מיט אַ גענדזן-פֿעדער.

טאַקע וועגן יענע „גענדז-פֿעדערדיקע‟ צײַטן דערציילט דאָס בוך Dear Mendl, Dear Reyzl: Yiddish Letter Manuals from Russia and America, פֿאַרפֿאַסט דורך אַליס נאַכימאָווסקי און ראָבערטאַ ניומאַן. דאָס איז ניט דאָס ערשטע בוך וועגן די ייִדישע „בריוונשטעלערס‟, אָבער דאָס ערשטע פֿון אַזאַ פֿאַרנעם און טיפֿקייט.

אייניקע בריוונשטעלערס זײַנען איצט צוטריטלעך דורך דעם וועבזײַטל פֿונעם ייִדישן ביכער-צענטער, און איך עצה אַלעמען אַרײַנקוקן אין די דאָזיקע ביכער. איך בין זיכער, איר וועט הנאה האָבן פֿון דער לעקטור, ווײַל בריוונשטעלערס האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט מער ווי אינסטרוקציעס פֿון שרײַבן פּערזענלעכע און אָפֿיציעלע בריוו. זיי זײַנען געווען, אין תּוך אַרײַן, „זעלבסטלערער‟ אין דער צײַט, ווען די וועלטלעכע ייִדישע בילדונג איז געווען ווייניק צוטריטלעך.

אַ חוץ דוגמאָות פֿון מכּל-המינים בריוו, האָבן בריוונשטעלערס כּולל געווען כּלערליי מינים אינפֿאָרמאַציע — למשל, ווי אַזוי ריכטיק צו שרײַבן פּערזענלעכע און געאָגראַפֿישע נעמען. בריוונשטעלערס האָבן געדינט ווי לערנביכער פֿון שרײַבן. צוויי-שפּראַכיקע בריוונשטעלערס האָבן ניט נאָר געהאָלפֿן צו לערנען די פֿרעמדע שפּראַך, אָבער אויך צו פֿאַרשטיין בעסער די קולטור פֿון דער פֿרעמד-שפּראַכיקער סבֿיבֿה.

אייניקע בריוונשטעלערס האָבן געהאַט סעקציעס פֿון ליטעראַרישע ווערק, ציטאַטעס, אַפֿאָריזמען וכדומה. מע האָט געעצהט, אַז אַ מתּנה דאַרף מען אונטערשרײַבן אַן ערך אַזוי (פֿון „בערנשטיינס נײַעם ייִדישן פֿאָלקס-בריוונשטעלער‟, 1912):

דעם האַרציקן פֿרײַנד…

אַ מתּנה.

צו אָנדענק פֿון טיפֿער ליבע און אַכטונג.

פֿון…

אָדער

זאָל אײַך דאָס קליינע געשענק דערמאָנען אָן …, וואָס וועט אײַך קיין מאָל ניט פֿאַרגעסן!

אָדער גאָר האַרצרײַסנדיק, באַזירט אויף לאָרד בײַראָנס שירים:

ווי אויף אַן איינזאַמען מצבֿה-שטיין

באַגעגנט מען אַ נאָמען פֿון אַ פֿרײַנד,

אַזוי, נאָך לאַנגע יאָרן, זאָלסטו מײַן בילד זען

פֿון אויפֿשריפֿט, וואָס איך גיב דיר הײַנט!

און אַז דו וועסט דערמאָנען זיך אָן מיר,

גאָר אפֿשר אין אַ טרויעריקער שעה,

זאָלסטו טראַכטן דאַן פֿון מיר שוין, ווי פֿון אַ מת,

און ווייס: עס איז מײַן האַרץ באַגראָבן דאָ…

דער זשאַנער גופֿא פֿון בריוונשטעלערס איז ניט געשאַפֿן געוואָרן דורך ייִדישע ליטעראַטן. די מחברים פֿון אַזעלכע ביכער אויף ייִדיש האָבן אויסגענוצט ווי מוסטערן ענלעכע ביכער, וואָס זײַנען אַרויס אויף רוסיש און דײַטש. תּחילות, אין דער ערשטער העלפֿט פֿון דעם 19טן יאָרהונדערט, האָבן די ייִדישע בריוונשטעלערס בדרך-כּלל געהאַט אַ קנאַפּן שײַכות צו ייִדיש; זיי האָבן קאָמבינירט טעקסטן אויף רוסיש, העברעיִש און דײַטש, געשריבן מיט ייִדישע אותיות.

כאַראַקטעריסטיש, אַז אַזעלכע רוסיש-העברעיִש-דײַטשישע אויסגאַבעס האָבן ניט געהאַט קיין ראָמאַנטישע בריוו. די דאָזיקע ביכער זײַנען געווען אויסגערעכנט, דער עיקר, אויף מער אָדער ווייניקער געבילדעטע מאַנצבילן. ליבע-בריוו און, בכלל, בריוו צו און פֿאַר פֿרויען האָבן זיך באַוויזן אין די בריוונשטעלערס, געדרוקט אויף ייִדיש שוין נעענטער צום סוף פֿון דעם 19טן יאָרהונדערט.

דאָס בוך פֿון נאַכימאָווסקי און ניומאַן באַשרײַבן פּרטימדיק די געשיכטע פֿון בריוונשטעלערס, זיי טוען עס אין דעם קאָנטעקסט פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדישער ליטעראַטור און בילדונג. דערצו פֿאַרגלײַכן זיי ייִדישע בריוונשטעלערס מיט ענלעכע ניט-ייִדישע אויסגאַבעס, געדרוקט אין רוסלאַנד, אַמעריקע און דײַטש-רעדנדיקע לענדער. דאָס בוך אַנאַליזירט פֿאַרשיידענע בריוו לויט זייערע טעמעס, פֿאָרגעשטעלט אין ייִדישע בריוונשטעלערס, און ברענגט אַ היפּש ביסל מוסטער-בריוו און אַנדערע מאַטעריאַלן, איבערגעזעצט אויף ענגליש.

איך האָב איבערגעלייענט מײַן טעקסט און פֿאַרשטאַנען, אַז ער קלינגט ווי אַ פּירסום. זאָל זײַן אַזוי: דאָס בוך האָט עס כּשר פֿאַרדינט. אַגבֿ, אויב מע רעדט שוין וועגן פּירסום: דעם 17טן יוני וועט מען וועגן דעם בוך רעדן אין ייִוואָ. זען