אין יאָר 1928 האָט די גאַנצע וועלט נאָכגעשפּירט דעם גורל פֿון דער אַרקטישער עקספּעדיציע, בראָש מיטן איטאַליענישן פֿאָרשער אומבערטאָ נאָבילע. געווען איז עס אין דער תּקופֿה פֿון דיריזשאַבלען, און נאָבילע האָט טאַקע געוואָלט דערגרייכן דעם צפֿון-פּאָלוס, פֿליִענדיק מיט אַ דיריזשאַבל וואָס האָט געטראָגן דעם נאָמען „איטאַליע‟. דעם פּאָלוס האָט די עקספּעדיציע דערגרייכט, אָבער אויפֿן וועג צוריק האָבן זיי קיין מזל ניט געהאַט. זייער דיריזשאַבל איז אַראָפּגעפֿאַלן; דערבײַ זײַנען אייניקע מענטשן אומגעקומען. די איבעריקע, אַרײַנגערעכנט נאָבילע, האָבן פֿאַרבראַכט אַ חודש אין געפֿענקעניש פֿון אַרקטישן אײַז, ביז מע האָט זיי סוף-כּל-סוף געראַטעוועט.
אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד איז דער עולם געווען ממש פֿאַרכאַפּט מיט די דאָזיקע געשעענישן. די פּרעסע האָט געשריבן וועגן די באַמיִונגען צו געפֿינען נאָבילען און די מיטגלידער פֿון זײַן עקספּעדיציע. דעמאָלט האָט מען דערציילט אַזאַ אַנעקדאָט: אַ ייִד איז געקומען אויף דער פּאָסט צו שיקן אַ טעלעגראַם צו זײַנע קרובֿים אין מאָסקווע, בעטן זיי צו קויפֿן אים אַ פּאָר שיך, ווײַל זײַנע שיך האָבן זיך צעריסן. האָט מען אים אָבער געזאָגט, אַז אַלץ איז מאָביליזירט געוואָרן אויף די באַמיִונגען צו געפֿינען נאָבילע. דערפֿאַר האָט מען דער פּאָסט דערלויבט אָנצונעמען נאָר אַזעלכע טעלעגראַמען, וואָס האָבן געהאַט אַ שײַכות צו דעם דאָזיקן ענין. האָט דער ייִד אָנגעגעבן אַזאַ טעקסט: „חיים, זוך נאָבילע. טאָמער וועסטו אים ניט געפֿינען, קויפֿן מיר וואָס גיכער שיך‟.
איך האָב זיך דערמאָנט וועגן אָט דער אַלטער מעשׂה, קוקנדיק די טעלעוויזיע-נײַעס. דאָס הייסט, אַז לעצטנס איז, אין דער אמתן, ניטאָ וואָס צו קוקן, ווײַל מע קײַט איבער די גאַנצע צײַט די זעלבע זאַך, דהײַנו: מע רעדט נאָר וועגן דעם אַעראָפּלאַן, וואָס איז נעלם געוואָרן אויפֿן וועג פֿון מאַלײַזיע קיין כינע. איך האָב שוין געפּרוּווט איבערצושליסן פֿון איין טעלעוויזיע-קאַנאַל אויף אַן אַנדערן, אָבער אומעטום איז געווען דאָס זעלבע — דער אַעראָפּלאַן. קיין פֿאַרלאָזלעכע אינפֿאָרמאַציע איז דערווײַל (ווען איך שרײַבן די שורות) ניטאָ, אָבער עקספּערטן, זשורנאַליסטן און סתּם פּלאַפּלערס האַלטן אין איין אַרומרעדן כּלערליי פּרטים. און אַזוי גייט עס שוין אַ היפּש ביסל טעג. גלײַך ווי די צײַט האָט זיך אָפּגעשטעלט און קיין שום אַנדערע געשעענישן קומען ניט פֿאָר. און טאָמער עפּעס רײַסט זיך פֿון דעסטוועגן אַדורך אויפֿן עקראַן, מוז מען עס מאַכן בקיצור, כּדי וואָס גיכער זיך אומצוקערן צו די קלאָץ-קשיאות וועגן דעם אַעראָפּלאַן, די אומגליקלעכע לײַט, וועלכע זײַנען מיט אים געפֿלויגן, און די קאָמפּליצירטע באַציִונגען צווישן די קרובֿים פֿון די נעלם-געוואָרענע און דער מאַלײַזישער רעגירונג.
ס׳איז אַוודאי אַ טראַגישע געשיכטע, אָבער דאָס הייסט נאָך ניט, אַז זי איז די צענטראַלע אין אונדזער לעבן און אַז אַרום איר דאַרף מען בויען דעם טאָג-טעגלעכן טעלעוויזיע-שאָו. אַ סבֿרא, אַז די געשיכטע פֿון אונדזערע טעג ווערט הײַנט געשריבן אין רוסלאַנד און אוקראַיִנע — פֿון דעם וועט זײַן, אין זייער אַ היפּשער מאָס, אָפּהענגיק, וואָס פֿאַר אַן אויסזען וועט די וועלט באַקומען אין די קומענדיקע טעג און יאָרן. און אויף דער טעלעוויזיע באַווײַזט זיך עפּעס וועגן דעם, אָבער נאָר ווי אַ פֿוסנאָטע צו דער אַעראָפּלאַן-סאַגע.
פֿאַר וואָס קומט עס פֿאָר? צי הייסט עס, אַז די טעלעוויזיע-לײַט האַלטן דעם המון פֿאַר באַגרענעצטע באַשעפֿענישן, וועלכע וועלן בעסער פֿאַרשטיין פּערזענלעכע צרות און ווייטיקן איידער קאָמפּליצירטע געאָפּאָליטישע ענינים? אָדער זיי ווילן פֿון אונדז מאַכן אַזעלכע באַגרענעצטע באַשעפֿענישן? קיין קלאָרן ענטפֿער האָב איך ניט.
* * *
אין שײַכות מיט באַגרענעצונג. ניט לאַנג צוריק האָב איך געלייענט אַ פּאָר לעקציעס וועגן פּאָגראָמען אין צאַרישן רוסלאַנד. די צווייטע לעקציע האָב איך אָנגעהויבן פֿון דעם, וואָס אויף אַ טאָוול האָבן איך אָנגעשריבן דאָס וואָרט „קעשענעוו‟ און געפֿרעגט, וועלכע אַסאָציאַציעס רופֿט עס אַרויס בײַ די סטודענטן. כּמעט אַלע ייִדישע, בערך אַ העלפֿט, האָבן פֿאַרענדיקט ייִדישע טאָגשולן, וווילע יונגע לײַט. קיין שום רעאַקציע האָב איך ניט באַקומען. קיינער האָט גאָרנישט ניט געוווּסט וועגן דעם קעשענעווער פּאָגראָם. נאָך מער: קיינער האָט ניט געוווּסט, אַז הײַנט איז קעשענעוו די הויפּטשטאָט פֿון מאָלדאָווע. קיינער האָט אַפֿילו ניט געוווּסט, אַז ס׳איז דאָ הײַנט אַזאַ לאַנד — מאָלדאָווע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.