אין בעלץ, ווי אין יעדער שטאָט און שטעטל, זײַנען געווען גוטע קינדער און שלעכטע קינדער, אָדער ווי מע פֿלעגט זיי רופֿן, פּאַסקודנע קינדער. פֿאַר גוטע קינדער פֿלעגט מען דערציילן גוטע מעשׂהלעך, און פֿאַר שלעכטע קינדער — שלעכטע, בייזע מעשׂהלעך. וואָס יאָ, סײַ די גוטע און סײַ די שלעכטע מעשׂהלעך האָב געהאַט אַ גוטן סוף. פֿאַר וואָס? אַז די שלעכטע, פּאַסקודנע קינדערלעך זאָלן וויסן, אַז צו ווערן גוט איז קיין מאָל ניט שפּעט. מע דאַרף נאָר ווילן.
אָט אַזאַ שלעכט מעשׂהלע מיט אַ גוטן סוף גיי איך ווײַטער דערציילן.
אַמאָל, נאָך אין יענע צײַטן, ווען אין בעלץ האָבן די הינט זיך געחבֿרט מיט קעץ, און די קעץ מיט פֿייגעלעך, איז געווען אַ רבֿ מיט אַ רביצין. האָבן זיי געהאַט צוויי טעכטערלעך. איינע האָט געהייסן שׂרהלע און די אַנדערע האָט געהייסן לאהלע. אין אַ טאָג איז דער רבֿ אַוועק אין שיל פֿריִער ווי תּמיד, און די רביצין איז געגאַנגען אין מיל אַרײַן, אָנדרעשען ווייץ אויף ברויט. האָט זי געזאָגט דער עלטערער טאָכטער, שׂרהלע: „וועסט אויפֿשטיין, אָפּעסן, אָנהאָדעווען לאהלען, זאָלסטו מיר ברענגען מײַן סידור אין שיל אַרײַן‟.
שׂרהלע האָט טאַקע געפֿאָלגט די מאַמע, אָבער אויפֿן וועגן אין שיל אַרײַן האָט זי געזען ווי אין הויף פֿונעם קלויסטער זיצן שיקסלעך און שפּילן אין ניסלעך. האָט שׂרהלע פֿאַרגעסן וווּהין זי איז געגאַנגען, אַרײַן אינעם קלויסטער־הויף און זיך געזעצט שפּילן אין ניסלעך מיט שיקסלעך.
די רביצין וואַרט אין שיל שׂרהלע זאָל קומען און איר ברענגען דעם סידור, אָבער שׂרהלע איז ניטאָ. גייט זי אַהיים צן זען וואָס איז געשען. זי גייט דורך דעם קלויסטער, ווערט איר פֿינצטער אין די אויגן: שׂרהלע זיצט מיט שיקסלעך און שפּילט אין ניסלעך. ווערט זי אין כּעס און הייבט אָן שרײַען, אַז שׂרהלע זאָל באַלד גיין אַהיים. שׂרהלע מאַכט זיך ניט־הערנדיק, און שפּילט זיך אין ניסלעך ווײַטער. דעמאָלט זאָגט איר די מאַמע: „אַהיים זאָלסטו מער ניט קומען! איך וויל דיך ניט קענען!‟
פֿאַר נאַכט, ווען דער רבֿ איז געקומען אַהיים פֿון דער שיל, האָט די רביצין אים אַלץ דערציילט. האָבן זיי פֿאַרשפּאַרט די טיר און געגאַנגען שלאָפֿן, און שׂרהלע האָט מען געלאָזט נעכטיקן אויף דער גאַס. שׂרהלע איז אָבער געווען נאָך יענץ מיידעלע. זי האָט זיך צוגעגנבֿעט צו דער טיר, זי אויפֿגעעפֿנט און איז שטילערהייט אַרײַן אין שטוב. איר קליין שוועסטערל לאהלע האָט זי אַרויסגעוואָרפֿן פֿונעם בעטעלע, און זיך אַליין געלייגט אויף איר אָרט. לאהלע איז געבליבן ליגן אויף דער ערד.
גאַנץ פֿרי האָבן זיך אויפֿגעכאַפּט דער רבֿ מיט דער רביצין, האָבן זיי דערזען ווי שׂרהלע ליגט אינעם בעטעלע, און לאהלע שלאָפֿט אויף דער ערד. זײַנען זיי געוואָרן שטאַרק אין כּעס. די רביצין האָט אויסגעהייצט דעם אויוון, און ווען שׂרהלע האָט זיך אויפֿגעכאַפּט, האָט זי געפֿרעגט: „מאַמע, פֿאַר וואָס ברענט דער אויוון?‟ האָט די רביצין געזאָגט, אַז זי וויל באַקן ברויט.
ווי נאָר זי האָט עס געזאָגט, האָט זי געכאַפּט שׂרהלע און זי אַרײַנגעוואָרפֿן אין אויוון אַרײַן, ווי אַ שטיק האָלץ. ווען אַלץ איז געווען אָפּגעמאַכט, האָט זי אויסגעשאַרט פֿונעם אויוון די ביינדעלעך און זיי אַרויפֿגעוואָרפֿן אויפֿן בוידעם…
דאָ וואָלט מען געקאָנט דאָס מעשׂהלע פֿאַרענדיקן, אָבער ווי איך האָב געזאָגט פֿריִער, פֿלעגן אין בעלץ סײַ די גוטע און סײַ די שלעכטע מעשׂהלעך האָבן אַ גוטן סוף. האָט דאָס מעשׂהלע וועגן דעם שלעכטן מיידעלע שׂרהלע אויך געהאַט אַ גוטן סוף.
פֿון די ביינדעלעך איז געוואָרן אַ נײַ שׂרהלע. דערווײַל האָט דאָס נײַ־געוואָרענע מיידעלע ניט געהאַט וואָס אָנצוטאָן. גיט זי אַ קוק, עס גייט אין דרויסן אַ ווײַבל און טראָגט העמדער. שרײַט שׂרהלע פֿונעם בוידעם:
די מאַמע האָט מיך געקוילעט,
דער טאַטע ט‘מיך געגעסן;
אַלע שוועסטערלעך און ברידערלעך
האָבן אין מיר פֿאַרגעסן.
האָט דאָס ווײַבל געקראָגן אויף איר רחמנות און געשענקט שׂרהלען אַ העמדעלע. גיט שׂרהלע ווידער אַ קוק — עס גייט אין דרויסן אַן אַנדער ווײַבל מיט קליידעלעך. שרײַט שׂרהלע פֿונעם בוידעם:
די מאַמע האָט מיך געקוילעט,
דער טאַטע ט‘מיך געגעסן;
אַלע שוועסטערלעך און ברידערלעך
האָבן אין מיר פֿאַרגעסן.
האָט דאָס אַנדערע ווײַבל אויך געקראָגן אויף איר רחמנות און געשענקט שׂרהלען אַ קליידעלע. האָט זי ניט קיין שיכעלעך. לאָזט שׂרהלע זיך אַראָפּ פֿונעם בוידעם און גייט צום שוסטער. זאָגט זי דעם שוסטער: „שענקט מיר אַ פּאָר שיכעלעך, וועל איך אײַך זינגען אַ לידעלע‟. און זי זינגט איר לידעלע:
די מאַמע האָט מיך געקוילעט,
דער טאַטע ט‘מיך געגעסן;
אַלע שוועסטערלעך און ברידערלעך
האָבן אין מיר פֿאַרגעסן.
דערהערט אַזאַ טרויעריק לידעלע, האָט איר דער שוסטער געשענקט אַ פּאָר שיכעלעך. שׂרהלע האָט אָנגעטאָן די שיכעלעך און איז אַוועק אַהיים. אין דער היים, ווען דער רבֿ און די רביצין האָבן דערזען שׂרהלע, האָבן זיי ניט געגלייבט זייערע אייגענע אויגן.
„מאַמע, טאַטע, שוועסטערל, — האָט זיך צעוויינט שׂרהלע, — איך זאָג אײַך צו, אַז מער וועל איך אין קלויסטער ניט לויפֿן זיך שפּילן אין ניסלעך מיט שיקסלעך. איך וועל זײַן אַ גוט מיידעלע‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.