אַ מאָל האָט אין בעלץ געלעבט אַ רבֿ מיט אַ רביצין. איז דער רבֿ גאַנץ פֿרי אַוועקגעגאַנגען אין שיל אַרײַן, און די רביצין איז געגאַנגען אין מאַרק, אײַנצוקויפֿן אויף שבת. געהאַט האָבן דער רבֿ מיט דער רביצין, קיין עין־הרע, ניט צוויי און ניט דרײַ, נאָר אַ סך קינדערלעך. פֿאַרן אַוועקגיין האָט זיי די מאַמע אָנגעזאָגט, זיי זאָלן פֿאַרשפּאַרן די טיר און קיינעם אין שטוב ניט אַרײַנלאָזן.
אַז די עלטערן זײַנען אַוועק, האָט אין דער טיר עמעצער אָנגעקלאַפּט און זיך געבעטן: „ייִדישע קינדערלעך, זײַט אַזוי גוט, עפֿנט מיר די טיר!‟ — „ווער ביסטו?‟ — האָבן די קינדערלעך געפֿרעגט. „איך בין אַ בער.‟ דערהערט, אַז אַ בער קלאַפּט זיך אין דער טיר, האָבן זיי זיך זייער פֿאַרחידוש: „פֿון וואַנען זאָל זיך אין בעלץ נעמען אַ בער?‟ — אָבער די טיר האָבן די קינדערלעך סײַ־ווי ניט געעפֿנט. נאָך מער, זיי האָבן אָנגעהויבן שרײַען און רייצן: „בער־שמער, האָט אַ נאָז ווי אַ מער!‟
ווען דער בער האָט דערהערט, אַז מע לאַכט פֿון אים, איז ער געוואָרן זייער בייז. ער האָט אָנגעהויבן קלאַפּן מיט דער לאַפּע נאָך שטאַרקער און ברומען: „עפֿנט די טיר, שלעכטע ייִדישע קינדערלעך! איך בין זייער הונגעריק!‟ איצט האָבן זיך שוין די קינדערלעך דערשראָקן. זייער טאַטע, דער רבֿ, האָט אַמאָל געזאָגט דער מאַמען, דער רביצין: „איך בין הונגעריק, ווי אַ בער; איך קען איצט אויפֿעסן אַ גאַנצע קו מיט אַ קעלבל!‟
זיי האָבן אָנגעהויבן לויפֿן איבער דער שטוב און זוכן אַן אָרט, וווּ זיך באַהאַלטן. איינער האָט זיך באַהאַלטן אויף דער שאַפֿע. דער צווייטער — אין דער שאַפֿע, און דער דריטער איז אַרונטער אונטער דער שאַפֿע. דער פֿערטער איז אַרײַן אין בעט, דער פֿינפֿטער — אונטער דער בעט. דער זעקסטער איז אַרײַן אין אויוון, און דער זיבעטער, נאָך גאָר אַ פּיצל, האָט זיך באַהאַלטן אין אַ גלאָז.
אין דער צײַט האָט דער בער אַזוי שטאַרק אַ קלאַפּ געטאָן די טיר, אַז די טיר האָט זיך צעבראָכן און דער בער איז אַרײַן אין שטוב. זעקס קינדער האָט ער באַלד געפֿונען, און זיי, נעבעך, אויפֿגעגעסן. נאָר דעם קליינעם, וואָס איז געזעסן אין דער גלאָז, האָט ער ניט אויפֿגעגעסן, ווײַל ער האָט אים ניט באַמערקט.
ווען די רביצין איז געקומען אַהיים און האָט די קינדער ניט געפֿונען, האָט זי זיך זייער דערשראָקן. זי האָט ניט געוווּסט וואָס צו טראַכטן. איר איז אַפֿילו ניט אײַנגעפֿאַלן, אַז אַ לעבעדיקער בער האָט עס געקאָנט אָפּטאָן. ערשט ווען דער מיזיניק איז אַרויס פֿון דער גלאָז און דערציילט וועגן דער גאַנצער טראַגעדיע, האָט די רביצין גענומען אַ מעסער און זיך געלאָזט זוכן דעם בער.
גייט זי אַזוי איבער די קרומע, בלאָטיקע בעלצער געסלעך און רופֿט אויס:
בער, בער,
קום אַהער,
איך וועל דיר געבן יאַגעדעס,
איך וועל דיר געבן האָניק,
קער מיר אום מײַנע קינדערלעך,
מײַנע שיינע, זיסע קינדערלעך!
מענטשן קוקן אויף איר, און מיינען, אַז די רביצין איז פֿון זינען אַראָפּ — וואָס מיר בער, ווער מיר בער? דער איינציקער בער אין בעלץ איז געווען בער דער קאָוואַל.
און די רביצין גייט זיך ווײַטער, שרײַט און קלאָגט, ביז זי קומט אַרויס צו דער טאָלעקע — אַזוי האָט מען אין שטעטל גערופֿן די גרינע לאָנקע לעבן דעם טײַכל רעוט. די רביצין גיט אַ קוק, דער בער האָט זיך צעלייגט אויף דעם גראָז און וואַרעמט זיך זײַן זאַטן בויך.
הייבט די רביצין ווידער אָן צו רופֿן:
בער, בער,
קום אַהער,
איך וועל דיר געבן יאַגעדעס,
איך וועל דיר געבן האָניק,
קער מיר אום מײַנע קינדערלעך,
מײַנע שיינע, זיסע קינדערלעך!
דער בער וויל אָבער ניט הערן. ער איז צו זאַט, זיך רירן פֿון אָרט. דערצו דרייט אים אין בויך, ווײַל די קינדערלעך האָבן זיך דאָרט צעשפּילט. זאָגט אים צו די רביצין, אַז זי וועט אים אײַנשלעפֿערן, זי דאַרף זיך נאָר צוזעצן לעבן אים. האָט דער בער זי צו זיך צוגעלאָזט און איר געהייסן אים אײַנשלעפֿערן.
די רביצין האָט זיך צוגעזעצט לעבן דעם בער, אים אָנגעהויבן גלעטן איבערן בויך, ווי זי וואָלט געגלעט אירע קינדערלעך. דער בער האָט זיך באַרויִקט און אײַנגעשלאָפֿן. אָט איצט איז געקומען די ריכטיקע צײַט: די רביצין האָט אַרויסגענומען דעם מעסער און אײַנגעשניטן דעם בער אין בויך. זײַנע אַלע קינדערלעך אַרויס מיט אַ גדולה: „מאַמע, מאַמע, מאַמע!‟
די רביצין האָט די קינדער אַוועקגעפֿירט אין באָד אַרײַן און האָט זיי גוט אויסגעוואַשן. אַהיים זײַנען זיי געקומען פֿריש און פֿריילעך. צו יענער צײַט האָט זיך שוין דער רבֿ אויך אומגעקערט פֿון דער שיל, און זיי אַלע האָבן זיך געזעצט צום טיש עסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.