Vayter

געווען אַ מאָל אַזאַ וואָרט אויף ייִדיש

Once Upon a Time This Was a Yiddish Word

פֿון גענאַדי עסטרײַך

  • Print
  • Share Share

ווען מע לייענט אַלטע צײַטונגען, זשורנאַלן און ביכער, בפֿרט ניט קיין קינסטלערישע, זעט מען זייער קלאָר, ווי די געשריבענע שפּראַך איז אַנדערש געוואָרן אין משך פֿון דעם 20סטן יאָרהונדערט. באַזונדערס האָט זיך געביטן דער פֿאַרנעם פֿון נוצן פּאָליטיש-געזעלשאַפֿטלעכע טערמינען, וואָס שטאַמען פֿון דײַטש. (איך סטאַרע זיך אויסצומײַדן דעם טערמין “דײַטשמעריזם”, ווײַל ער זעט מיר אויס אָנגעלאָדן מיט פֿאַרעלטערטער פּאָליטיק.) אָבער זיך אויסלאַכן פֿון די דאָזיקע ווערטער איז ניט ריכטיק – זיי האָבן געטרײַ אָפּגעדינט אין ייִדיש. אייניקע פֿון זיי הערן ניט אויף צו דינען ווײַטער. און אייניקע – האַלט איך – וואָלט מען געדאַרפֿט “אויפֿלעבן”, ווײַל אָן זיי איז ייִדיש אפֿשר “ריינער” געוואָרן, אָבער גלײַכצײַטיק איז די שפּראַך אויך געוואָרן אָרעמער.

אַ געוויסע צײַט האָט אַ וווינאָרט אין ייִדיש געהאַט דאָס וואָרט “וואַרהייט”. הײַנט קלינגט דאָס דאָזיקע וואָרט לחלוטין פֿרעמד און ס׳איז קלאָר, אַז קיין נײַ לעבן וועט עס שוין אין ייִדישע ניט האָבן. ס׳איז אַוועק, גלײַך ווי עס זײַנען אַוועק, אַ שטייגער, קאָרסעטן פֿון דער מאָדע.

אַזוי צי אַזוי, אָבער “וואַרהייט” האָט מען גענוצט זייער ברייט, בפֿרט אין סאָציאַליסטישע פּובליקאַציעס. אייניקע פֿון די פּובליקאַציעס – אין די לעצטע יאָרצענדליקער פֿון דעם 19טן יאָרהונדערט און די ערשטע יאָרצענדליקער פֿון דעם 20סטן יאָרהונדערט – האָט אַפֿילו געטראָגן אַזאַ נאָמען. אָבער קיין מזל, קיין אַריכות-ימים האָבן די דאָזיקע צײַטשריפֿטן ניט געהאַט.

דעם נאָמען “די וואַרהייט” האָט געטראָגן, אַ שטייגער, די ערשטע קאָמוניסטישע צײַטונג אויף ייִדיש. זי האָט זיך באַוויזן אָנהייב 1918 אין פּעטראָגראַד (ווי דעמאָלט האָט עס געהייסן פּעטערבורג) און האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט דאָס קול פֿון דעם ייִדישן קאָמיסאַריאַט (מיניסטעריום) בײַ דער סאָוועטישער רעגירונג. אין מאַרץ 1918 איז מאָסקווע געוואָרן די הויפּטשטאָט פֿון סאָוועטן-רוסלאַנד, אַהין איז אַריבערגעפֿאָרן לענינס רעגירונג, און “די וואַרהייט” האָט אויך באַקומען אַ נײַ וווינאָרט.

פּלוצעם איז די צײַטונג פֿאַרשוווּנדן געוואָרן און איר אָרט פֿאַרנעמט אַ צײַטונג, וואָס טראָגט דעם נאָמען “דער אמת”. און מע פֿאַרטײַטשט עס צו מאָל (איך האָב עס אויך געטאָן) ווי אַ מין עסטעטישע זאַך, גלײַך ווי עמעצער פֿון די באָלשעוויקעס האָט זיך געכאַפּט, אַז “אמת” קלינגט שענער, ייִדישלעכער פֿון “וואַרהייט”. אָבער קיין שום שפּראַך-עסטעטיק האָט ניט געשטופּט די רעדאַקטאָרן משנה-שם זײַן זייער צײַטונג.

די סיבה איז געווען גאָר אַן אַנדערע, דהײַנו: דער בריסקער שלום, אונטערגעשריבן מיט 96 יאָר צוריק, אָנהייב מאַרץ 1918. אַ דאַנק אים איז רוסלאַנד אַרויס פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה. אין דעם דאָזיקן אָפּמאַך איז געווען אויך פֿאַרשריבן, אַז די צדדים וועלן ניט פֿירן קיין פּראָפּאַגאַנדע מחוץ זייער טעריטאָריע. אָבער די צדדים זײַנען געווען די רעגירונגען, אַזוי אַז אַ פּאַרטיי-פּראָפּאַגאַנדע האָט מען יאָ געקענט פֿירן. דער סוף איז געווען, אַז “די וואַרהייט”, אַ מלוכישע צײַטונג, איז פֿאַרמאַכט געוואָרן. אַנשטאָט איר האָט מען גענומען דרוקן “דעם אמת”, וואָס איז געווען כּלומרשט אַ נײַע צײַטונג – פֿון די ייִדישע באָלשעוויקעס. הקיצור, דער בריסקער שלום האָט באַגראָבן די “וואַרהייט”.

לענגער פֿון אַלע “וואַרהייטן” האָט געלעבן די צײַטונג מיט אַזאַ נאָמען אין ניו-יאָרק. זי האָט זיך באַוויזן אין יאָר 1905 ווי אַ סאָציאַליסטישער קאָנקורענט פֿון דעם “פֿאָרווערטס”. דער רעדאַקטאָר פֿון דער ניו-יאָרקער “וואַרהייט” איז געווען לואיס ע. מיללער, איינער פֿון די גרינדער פֿון “פֿאָרווערטס”. שפּעטער האָט ער און אַב. קאַהאַן זיך צעקריגט, און מיללער איז אַוועק און האָט געשאַפֿן די צײַטונג-קאָנקורענט.

בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה האָבן די צוויי צײַטונגען פֿאַרנומען פֿאַרשיידענע פּאָזיציעס: דער “פֿאָרווערטס” האָט געשטיצט דײַטשלאַנד, בעת “די וואַרהייט” איז געווען פּראָ-רוסיש. דער אַמעריקאַנער ייִדישער עולם איז געווען, דער עיקר, קעגן רוסלאַנד, און דאָס האָט, פֿאַרשטייט זיך, שטאַרקער געמאַכט דעם מצבֿ פֿון “פֿאָרווערטס”. אין דער זעלבער צײַט, האָט “די וואַרהייט” פֿאַרלוירן אַ היפּשן טייל פֿון אירע לייענער. מיללער האָט געמוזט פֿאַרלאָזן די צײַטונג, זי איז געוואָרן פּראָ-דײַטשיש, אָבער די געשעפֿטן זײַנען סײַ-ווי-סײַ שוין ניט געגאַנגען גוט. מיט 95 יאָר צוריק, דעם 28סטן פֿעברואַר 1919, איז “די וואַרהייט” פֿאַרשוווּנדן פֿון דער מאַפּע פֿון דער ייִדישער פּרעסע. זי איז אַרײַנגעשלונגען געוואָרן דורך דער צײַטונג “דער טאָג”.