Vayter

אײַנגערעדט מעשׂיות

Received wisdom

פֿון גענאַדי עסטרײַך

  • Print
  • Share Share
Courtesy of Housecallsin thegardenstate.com

איך האָב שוין שלום געמאַכט מיט דעם געדאַנק, אַז געשיכטע, ווי אַ סכום קענטענישן, עקזיסטירט נאָר פֿאַר אַ קליינער צאָל מענטשן און, דער עיקר, פֿאַר פּראָפֿעסיאָנעלע היסטאָריקער. דער ברייטער עולם האָדעוועט זיך מיט מיטאָלאָגיע. פֿאַר וואָס קומט עס פֿאָר? טיילווײַז, ווײַל לערנשולן שטעקן ניט אָן זייערע תּלמידים און סטודענטן מיט קיין חשק צו פֿאַרשטיין געשיכטע. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אַן ערנסט בוך, געווידמעט דעם אָדער יענעם היסטאָרישן עפּיזאָד, צי דער אָדער יענער היסטאָרישער תּקופֿה, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ שווערע לעקטור, פֿאָדערט צײַט און געדולד. דערצו קלינגט מיטאָלאָגיע, בדרך-כּלל, שענער און לייגט זיך גרינגער אויפֿן שׂכל.

למשל, עמעצער האָט צוגעטראַכט דעם טערמין “די נאַכט פֿון געקוילעטע דיכטער”, און אים צוגעטשעפּעט צום 12טן אויגוסט 1952, ווען עס זײַנען אין מאָסקווע דערהרגעט געוואָרן די פֿירנדיקע טוער פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. דעם טערמין האָט מען אוטערגעכאַפּט, און ער ווערט איבערגעחזרט אין כּלערליי קאָנטעקסטן. עס אַרט, דאַכט זיך, קיינעם ניט, אַז בלויז פֿינף פֿון די דרײַצן דערמאָרדעטע לײַט זײַנען געווען ייִדישע שרײַבער און, אַז די “איבעריקע” אַכט —פֿאַרדינען אויך דרך-ארץ.

אָדער נאָך אַ מעשׂה, וואָס איז זייער ברייט פֿאַרשפּרייט: “מײַן באָבע (זיידע וכ’) זײַנען געקומען קיין אַמעריקע, ווײַל זיי האָבן זיך געראַטעוועט פֿון פּאָגראָמען”. וויפֿל איז שוין אָנגעשריבן געוואָרן, אַז אין דער אמתן, זײַנען ס’רובֿ ייִדישע עמיגראַנטן געקומען צוליב ריין עקאָנאָמישע גורמים און, אַז זיי האָבן אין רוסלאַנד געוווינט זייער ווײַט פֿון אַ וועלכן עס זאָל ניט זײַן פּאָגראָם. אָבער די מעשׂה איז שוין אַזוי טיף אַרײַן אין טויזנטער משפּחה-געשיכטעס, אַז קיין שום כלאָר וועט זי פֿון דאָרטן ניט אַרויסנעמען.

צו די אײַנגערעדטע זאַכן געהערט אויך די לעגענדע, אַז אין עליס אײַלענד, אָדער דעם “אינדזל פֿון טרערן”, ווי מע האָט אים גערופֿן, פֿלעגט מען בײַטן נעמען. לויט די אַנעקדאַטישע געשיכטעס, איז אַ ייִד געוואָרן, למשל, שאָן פֿערגוסאָן, ווײַל אַזוי האָט מען פֿאַרטײַטשט און פֿאַרשריבן דעם ייִדנס ווערטער: “שוין פֿאַרגעסן”. און עס זײַנען דאָ פֿאַרשיידענע אַנדערע קאָמישע מיספֿאַרשטייענישן פֿון אַזאַ שניט.

אין דער אמתן, איז זייער גוט באַוווּסט, אַז אַזוינס האָט פּשוט ניט געקענט געשען. ערשטנס, האָבן דאָרטן, אויפֿן אינדזל, געאַרבעט מענטשן, וועלכע האָבן געקענט שפּראַכן. צווייטנס, און דער עיקר, האָבן זיי ניט געדאַרפֿט זיך פֿאַרלאָזן אויף דעם, וואָס זיי האָבן געהערט פֿון די אָנגעקומענע לײַט. זיי האָבן געהאַלטן פֿאַר די אויגן אַ רשימה פֿון אַלע פּאַסאַזשירן און פּשוט אויסגעזוכט די נעמען אין דער דאָזיקער ליסטע, כּדי זיי אַריבערצוטראָגן אין אַנדערע פּאַפּירן. די איינציקע זאַך, וואָס זיי האָבן געקענט אָפּטאָן, לכל-הפּחות טעאָרעטיש, איז צו מאַכן אַ טעות בײַם קאָפּירן.

מיט אַנדערע ווערטער, די נעמען פֿלעגט מען קענען בײַטן נאָך איידער מע האָט געקויפֿט דעם בילעט, ערגעץ אין האַמבורג צי אין ברעמען. דערפֿאַר טאַקע זעען זיי אויס אַזוי “דײַטשיש” בײַ די אַלט-געזעסענע אַמעריקאַנער ייִדן, מיט ch פֿאַר “כ” און ניט זעלטן מיט sch פֿאַר “ש”. און נאָך: טויזנטער ייִדן האָבן זייערע נעמען איבערגעאַנדערשט שוין אין אַמעריקע, וווּ עפּעס אַ מאָשקאָוויטש האָט זיך אַרומגעקוקט און, כּדי ווערן מיט די לײַטן גלײַך, גענומען זיך רופֿן, אַ שטייגער, מאָריסאָן.

די מעשׂה פֿון עליס אײַלענד ווערט סײַ-ווי-סײַ איבערגעחזרט ווי אַ היסטאָרישער פֿאַקט. עס העלפֿט גאָרנישט. בפֿרט נאָך, אַז עס קלינג שיין. די טעג האָב איך באַקומען דורך אינטערנעץ אַ נײַע באָבע-מעשׂה, אין וועלכער די רייד גייט ווידער אַ מאָל וועגן אַ שלעכט דערהערטן נאָמען…