Vayter

אַ זון אַ שלאַנג

The Son Who Was a Snake

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share

אינעם שטעטל סאָראָקע, ממש אַ קאַצנשפּרונג פֿון בעלץ, האָט געוווינט אַ רײַכער ייִד, אַ פּאָסעסאָר, מיטן נאָמען חנניה. זײַן ווײַב האָט ניט געהאַט קיין קינדער. וואָס טוט מען אין אַזאַ פֿאַל? מע בעט גאָט, אָבער צום אייבערשטן זײַנען, אַ פּנים, זײַנע רייד ניט דערגאַנגען. דעמאָלט איז זײַן ווײַב געגאַנגען צום סאַדיגורער רבין און האָט בײַ אים געבעטן אַן עצה. וואָס זשע האָט זי דערהערט פֿונעם גרויסן רבין? ער האָט איר געהייסן מאַכן אַ מיצווה־וועטשערע פֿאַר אָרעמעלײַט.

ווען אַלע טישן זײַנען שוין אויסגערייניקט געוואָרן פֿון די געשמאַקע מאכלים, און די געסט האָבן זיך אָנגעשטאָפּט די קישקעס אויף להבא, האָט זיך אינעם גרויסן זאַל אַרײַנגעשטעלט אַן אַלטער מאַן מיט אַ לאַנגער ווײַסער באָרד. זײַנע קליידער האָבן אויסגעזען פֿאַרשטויבט און צעריסן, און זײַן גראָבער שטאָק וואָלט געקאָנט דערציילן פֿאַרכאַפּנדיקע געשיכטעס וועגן וואַנדער־וועגן.

ווען די גבֿירטע האָט אים דערזען, איז זי געוואָרן אין כּעס, הלמאַי ער איז אַזוי שפּעט געקומען. זי האָט אים געזאָגט: „ס‘איז שוין גאָרניט געבליבן, גייט אײַך ווײַטער אײַער וועג!‟ אויף דעם האָט איר דער אַלטער געענטפֿערט: „ניט קיין קינד זאָלסטו האָבן, נאָר אַ שלאַנג מיט פֿליגלען!‟ — און ער איז תּיכּף־ומיד פֿאַרשוווּנדן געוואָרן.

אין אַ צײַט אַרום האָט דעם פּאָסעסאָרס ווײַב טאַקע געהאַט אַ קינד — אַ שלאַנג מיט פֿליגלען. דער שלאַנג איז אַוועק אין וואַלד און האָט זיך לאַנג ניט געוויזן. אַ מוטער בלײַבט אָבער אַ מוטער, אַפֿילו ווען זי האָט אַ קינד אַ שלאַנג. זי האָט געוויינט טאָג און נאַכט גאַנצע דרײַצן יאָר. פּונקט אין דעם טאָג, ווען איר זון איז געוואָרן אַ בר־מיצווה, איז געקומען בײַ נאַכט צו פֿליִען דער שלאַנג, און אויף ריין מאַמע־לשון געבעטן די פֿרוי, זי זאָל אָנגרייטן תּפֿילין און זיי לאָזן אויפֿן פֿענצטער. די פֿרוי האָט זיך טאַקע זייער איבערגעשראָקן, אָבער געטאָן אַלץ אַזוי ווי דער שלאַנג האָט איר געהייסן. צומאָרגנס איז דער שלאַנג ווידער געקומען צו פֿליִען, גענומען די תּפֿילין פֿונעם פֿענצטער און איז אַוועק אין וואַלד אַרײַן.

פֿינף יאָר האָט די פֿרוי פֿון אים ניט געהערט, און פּלוצעם, ווי זײַן שטייגער איז, באַווײַזט דער שלאַנג זיך בײַ נאַכט אינעם פּאָסעסאָרס שטוב און זאָגט דער פֿרוי, זי זאָל אים צוגרייטן אַ טלית און אַ שיין מיידל פֿאַר אַ כּלה. יאָ, דער שלאַנג האָט נאָך געבעטן, מע זאָל גוט אײַנהייצן דעם אויוון, ווײַל מאָרגן בײַ נאַכט וועט ער אַרײַנפֿליִען דורכן קוימען גלײַך אין אויוון אַרײַן. „אונטערן פֿענצטער, — האָט ער געזאָגט, — וועלן ברומען ווילדע חיות, און זיך וועלן אַרײַנרײַסן אין שטוב, אָבער דו זאָלסט ניט מורא האָבן‟.

געבליבן אַליין, האָט די פֿרוי זיך פֿאַרטראַכט: וווּ וועט זי געפֿינען אַזאַ מיידל, וואָס זאָל וועלן זיך שטעלן אונטער דער חופּה מיט אַ שלאַנג. אָבער קיין אָרעמע כּלה־מיידלעך האָבן אין סאָראָקע ניט אויסגעפֿעלט. האָט זי געפֿונען עק שטעטל אַ יתומה און זי אַרײַנגעבראַכט צו זיך אין שטוב. דערנאָך האָט זי געהייסן אײַנהייצן דעם אויוון, און אַלע האָבן זיך געלייגט שלאָפֿן.

אין מיטן דער נאַכט האָט זיך דערהערט אַ שרעקלעכער זשום; אונטערן פֿענצטער האָבן אָנגעהויבן רעווען און ברומען חיות — לייבן, טיגערס, בערן, וועלף און אַנדערע ווילדע באַשעפֿענישן. די באַלעבאָסטע האָט גיך פֿאַרמאַכט די לאָדנס, און זיך אַרײַנגעקוועטשט אין אַ ווינקל פֿון איר שלאָף־צימער. זי האָט געציטערט פֿאַר מורא און זיך צוגעהערט ווי אין אויוון קנאַקט דאָס פֿײַער, ווי מע וואָלט דאָרט געשאָסן מיט פּולווער. אַ פֿאַרחלשטע איז זי אַנידערגעפֿאַלן אויפֿן דיל.

ווען זי האָט זיך אויפֿגעכאַפּט, איז שוין געווען העלער טאָג. די לאָדנס אויפֿגעמאַכט, די זון שײַנט אַרײַן אינעם צימער, און בײַם טיש זיצט אַ שיינער יונגערמאַן, אין אַ טלית אײַנגעוויקלט און דאַוונט. זי האָט אים באַלד דערקענט —דאָס איז געווען איר זון…

אַזאַ חתונה האָט מען ניט געזען אין שטעטל די לעצטע הונדערט יאָר מיט אַ וואָך, אויף אַלע אונדזערע ייִדן געזאָגט געוואָרן. אַז מע האָט עפּעס געפֿרעגט בײַם חתן — וואָס, ווער, ווען? — האָט ער גאָרנישט ניט געדענקט, ווי די אַלע יאָרן וואָלטן אָפּגעווישט געוואָרן פֿון זײַן זכּרון.

אמת, שפּעטער, בסוד האָט דער סאַדיגורער רבי דערציילט ר‘ חנניהן, אַז יענער אָרעמאַן, וואָס זײַן ווײַב האָט אַמאָל אַרויסגעטריבן פֿון דער שטוב, איז געווען אליהו הנבֿיא. די אַלע יאָרן האָט ער געלערנט מיט דער שלאַנג צו ווערן אַ ייִד.