די אוניװערסיטעט-הפֿסקה װינטער־צײַט קען זײַן אַ געלעגנהײט צו פֿאַרברענגען מיט משפּחה און חבֿרים, אָנצונעמען אַ צײַטװײַליקע שטעלע, אָדער אפֿשר צו בױען אַ שנײמענטש אָדער צװײ. אָבער עטלעכע סטודענטן האָבן געהאַט דאָס מזל צו פֿאַרברענגען די װינטער־הפֿסקה בײַם לערנען זיך די ייִדישע שפּראַך און קולטור.
איך בין געװען צװישן די מזלדיקע. איך לערן זיך אױף אַ ראַבינערין אין „היברו קאָלעדזש‟ אין באָסטאָן, און זינט 2012 האָב איך אױסגעניצט יעדע אוניװערסיטעט-הפֿסקה, כּדי זיך צו לערנען ייִדיש, מערסטנס, בײַם ייִװאָ אין ניו-יאָרק. די אַנומלטיקע הפֿסקה איז נישט געװען קײן אױסנאַם: איך האָב פֿאַרבראַכט דרײַ װאָכן אין דער שטאָט ניו-יאָרק, כּדי צום צװײטן מאָל אָנטײלצונעמען אין דער ייִװאָ-װינטער-פּראָגראַם וועגן אַשכּנזישער ציװיליזאַציע. נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז איך בין געפֿאָרן אַזש קיין ניו-יאָרק, בשעת ס’רובֿ אַנדערע אָנטײל-נעמער האָבן דאָרט געוווינט, האָב איך באַשלאָסן זיך צו לערנען אין װאָס מער קלאַסן, און זיך פֿאַרשריבן אױף פֿיר — אַ דאַנק דער ברײטהאַרציקער פֿינאַנציעלער הילף פֿון דער עלען פֿײַן־סטיפּענדיע.
די קלאַסן זײַנען געווען: ”חײם גראַדע און די װעלט פֿונעם ליטװישן ייִדנטום“ מיט קורט לעװיאַנט; ”דער אַנדערער שלום־עליכם“, מיט יונתן ברענט; ”פֿרױען און מאַמע-לשון: רעװאָלוציע אין ייִדיש-ליטעראַטור און לעבן“, מיט אַגניעשקע לעגוטקאָ, און ”די ניו-יאָרקער אינטעליגענץ“, מיט אָדם קירש.
װי געװײנטלעך, זײַנען די ייִװאָ-קלאַסן געװען אינטערעסאַנט און האָבן מיך באַגײַסטערט. מיר איז געװען ספּעציעל אינטערעסאַנט פּראָפֿ’ קירשעס קורס, װײַל איך האָב (מסתּמא, װי ס’רובֿ פֿון מײַנע בני-דור) קײן מאָל נישט געהערט אַ סך װעגן די ראַדיקאַלע אוניװערסיטעט־באַװעגונגען פֿון די 1930ער יאָרן אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן, און אױך נישט װעגן דעם ליבעראַליזם פֿון אָנהייב און מיטן 20סטן יאָרהונדערט.
איך האָב טאַקע געװאָלט אױסניצן די הפֿסקה, כּדי צו פֿאַרברענגען װאָס מער אױף דער ”ייִדיש־גאַס“, אײדער איך וועל זיך דאַרפֿן אומקערן צו דער װעלט פֿון מײַן ראַבינער-סעמינאַר, װוּ לשון-קודש האָט די גאַנצע דעה. בין איך געפֿאָרן אױף צװײ סוף-װאָכיקע ייִדיש-רײַזעס. דעם ערשטן סוף-װאָך האָב איך פֿאַרבראַכט אויף דער ייִדיש-פֿאַרם און גושן, ניו־יאָרק, װוּ עס איז פֿאָרגעקומען אַ צען-טאָגיקע אינטענסיװע װינטער-פּראָגראַם אין ייִדיש־לשון. וועגן דער פּראָגראַם האָט מען אַפֿילו דערציילט אין דער ענגלישער צײַטונג Daily News
//www.nydailynews.com/life-style/reconnecting-language-yiddish-farm-article-1.1583157
איך בין געװען ספּעציעל צופֿרידן פֿון מײַן באַזוך, װײַל איך האָב געהאַט די געלעגנהײט צו פֿאַרברענגען מיט מײַנער אַ תּלמידה, װאָס איך האָב זי געלערנט אינעם ייִדישן שפּראַכקורס בײַם באָסטאָנער אַרבעטער-רינג. איך האָב געשעפּט נחת צו זען, װיפֿל זי האָט זיך אױסגעלערנט במשך דער פּראָגראַם.
דעם צװײטן סוף-װאָך בין איך געפֿאָרן אויף אַן אָרט, ניט קיין געװײנטלעכס פֿאַר ייִדיש-פּראָגראַמען: דורעם, צפֿון-קאַראָלײַנע. דאָרטן האָט מײַן אַמאָליקע ייִדיש-לערערין אין דער ייִוואָ־זומער-פּראָגראַם, שבֿע צוקער, אָרגאַניזירט אַן אינטענסיװן ייִדיש-סוף-װאָך פֿאַר העכערע מיטלדיקע און אַװאַנסירטע תּלמידים. צו די אַנדערע מעלות פֿון דער איבערלעבונג, ווי, למשל, דאָס באַקענען זיך מיט די פּרעכטיק-פֿרײַנדלעכע מענטשן און דער וווּנדערלעכער געלעגנהײט זיך צו לערנען בײַ אַזאַ איבערגעגעבענער מומחהטע פֿון ייִדיש-לערערײַ, — איז אויך געקומען מײַן באַליבסטער טײל פֿון דעם סוף-װאָך — דאָס לײענען װערק פֿון שרײַבער, װאָס זײַנען מיר פֿריִער געװען אומבאַקאַנט: מלך ראַװיטש, אַבֿרהם קאַרפּינאָװיטש, רחל פֿײַגענבערג, און דעם ניט לאַנג געשטאָרבענעם יאָני פֿײַן.
דער שטאָט ניו-יאָרק פֿעלט נישט, פֿאַרשטײט זיך, קײן שפֿע פֿון ייִדיש-אונטערנעמונגען. איך האָב זוכה געװען צו זײַן אויף צװײ הזכּרה-צערעמאָניעס: די שלושים-הזכּרה פֿאַר בײלע שעכטער-גאָטעסמאַן ז”ל אינעם שלום-עליכם-קולטור-צענטער, און די הזכּרה פֿאַר מיכל הערצאָג ז”ל בײַם ייִװאָ. איך האָב אױך אָנטײלגענומען אין צװײ לײענקרײַז-טרעפֿונגען, און בין געגאַנגען אויפֿן קאָנצערט פֿון בענדזשי פֿאָקס-ראָזען און זײַן קאַפּעליע, צו זייער אַרויסלאָזן אַ נײַ קאָמפּאַקטל. איציק גאָטעסמאַן האָט עס רעצענזירט אין „פֿאָרווערטס‟:
גאָר זיס איז געװען צו פֿאַרברענגען דעם לעצטן שבת פֿון דער װינטער-הפֿסקה בײַם ”ייִדיש-הױז“ אין בעדפֿאָרד-סטײַװעסאַנט, ברוקלין. מיר האָבן געגעסן שיריים פֿונעם סיום פֿון דער ייִװאָ-װינטער-פּראָגראַם, געשפּילט אַ ייִדיש-װערטער-שפּיל, וואָס איך האָב געקױפֿט אין װיליאַמסבורג, געזונגען זמירות אױף ייִדיש, און געלײענט י. ל. פּרצעס פּאָעמע ”מאָניש“ ביז נאָך חצות.
איך קוק שטאַרק אַרױס אױף דער קומענדיקער געלעגנהײט צו פֿאַרברענגען אַן אוניװערסיטעט-הפֿסקה אין ייִדישלאַנד!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.