Vayter

דער קלוגער גנבֿ

The Smart Thief

פֿון באָריס סאַנדלער

  • Print
  • Share Share

פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר

Max Gershman

אַ קײסער האָט אַמאָל געמאַכט אַ גרױסע סעודה. האָט ער פֿאַרבעטן פֿאַרשײדענע געסט. מ’האָט געגעסן און געטרונקען, און דערנאָך האָט מען אָנגעהױבן צו טאַנצן. גאָר אין גיכן האָט דער קײסער זיך געכאַפּט, אַז ס’פֿעלט דער טײַערסטער בעכער פֿון טיש. האָט דער דינער געגעבן אַ קלאַפּ מיטן זײַן שטעקן, מ’זאָל אױפֿהערן צו טאַנצן. דער קײסער האָט מודיע געװען דעם עולם, אַז ס’פֿעלט דער גאָלדענער בעכער, און דאָס איז אַ ירושה פֿון אַן עלטער־זײדן, אױסגעקריצט מיט אַ הערב.

נאָך דעם איז מען צוגעגאַנגען צו די געסט און מ’האָט יעדן באַזוכט. װי דער גנבֿ האָט געזען, אַז מע באַזוכט, האָט ער זיך אַנידערגעשטעלט לעבן אַ גלח. ביז מ’איז צו אים צוגעקומען, האָט ער דערװײַל אַרײַנגעװאָרפֿן דעם בעכער אין גלחס קעשענע. דעם גלח האָט מען נישט באַזוכט, װײַל יעדער איז געװען זיכער, אַז אַ גלח קאָן ניט זײַן קיין גנבֿ. נאָכן באַזוכן אים האָט דער גנבֿ צוריק אַרױסגעשלעפּט דעם בעכער פֿון גלחס קעשענע און איז זיך מיט אים אַהײמגעגאַנגען.

דעם קײסער האָט עס אָבער זײער אױפֿגעבראַכט. ס’איז אים שױן ניט אַזױ אָנגעגאַנגען דער בעכער, װי צו דערטאַפּן דעם קלוגן גנבֿ. פֿון װאַנען האָט ער זיך אין זײַן מלוכה גענומען? האָט ער געמאַכט אַ באַל, געלאָזט אױסשיטן אױף דער פּאָדלאָגע רענדלעך און װער ס’וועט אױפֿהײבן די גאָלדענע רענדלעך, װעט ער װיסן, אַז דער איז דער גנבֿ. װי די געסט זענען זיך צוזאַמענגעקומען, איז דאָך דער גנבֿ אױכעט געקומען. װי ער האָט דערזען די רענדלעך, האָט ער זיך אָנגעשמירט די זױלן מיט סמאָלע און בשעתן טאַנצן האָבן זיך צוגעקלעפּט אַלע רענדלעך צו זײַנע זױלן. דערנאָך איז ער אַרױסגעגאַנגען און האָט אָנגעטאָן אַ פּאָר אַנדערע שיך, און װידער געטאַנצט.

ס’איז אַװעקגעגאַנגען אַ צײַט, דער קײסער האָט זיך אױפֿגעבױט אַ גרױסן פּאַלאַץ. באַלד האָט ער געזען, אַז ס’פֿעלט אים געלט. האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז דער גנבֿ כאַפּט זיך אַרײַן דורך אַ הינטערטיר. האָט ער באַפֿױלן אויסצוגראָבן אַרום דעם פּאַלאַץ אַ גרױסן ריוו, און אין ריוו אַרײַנגיסן סמאָלע, כּדי דער גנבֿ, װאָס װעט גײן גנבֿענען זאָל אַהין אַרײַנפֿאַלן. אַליין איז ער אַוועק אויף יאַגד, און עס געמאָלדן, אַז אַלע זאָלן הערן.

דער גנבֿ האָט עס אויך געהערט און זיך באַלד געלאָזט צום פּאַלאַץ, אָבער ער האָט מיט זיך מיטגענומען נאָך אַ שותּף. דעם שותּף האָט ער געשיקט פֿריִער, און אַלײן איז ער געשטאַנען פֿון דער װײַטנס. װי דער שותּף איז צוגעקומען נאָענט צום פּאַלאַץ, איז ער אַרײַנגעפֿאַלן אינעם ריוו מיט סמאָלע, אַז נאָר דער קאָפּ האָט אים אַרויסגעשטעקט. זאָגט צו אים דער גנבֿ: „דרײ דיך אױס מיטן קאָפּ צו מיר‟. װי ער האָט אױסגעדרײט דעם קאָפּ האָט דער גנבֿ אַרױסגעצױגן אַ שװערד און אָפּגעהאַקט דעם שותּף דעם קאָפּ.

דעם קאָפּ האָט ער באַגראָבן, כּדי מ’זאָל ניט דערקענען װער דער גנבֿ איז. אױפֿן צװײטן טאָג קומט דער קײסער און זעט, װי אַ מענטש ליגט אין דער סמאָלע. איז ער געװען זיכער, אַז ער האָט געכאַפּט דעם גנבֿ. דערװײַל, װי מ’האָט דעם גוף אַרױסגעשלעפּט, האָט דער קייסער געזען, אַז ער איז אָן אַ קאָפּ. האָט ער דעם מענטש געלאָזט אױפֿהענגען אין מיטן שטאָט און אױסגערופֿן: „װער ס’װעט ברענגען דעם קאָפּ פֿון דעם מענטש, באַקומט טױזנט גילדן‟.

איז געגאַנגען דער גנבֿ און זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ װאַסער־טרעגער, דאָס הייסט, געפֿאָרן מיט אַ פֿאַס װאַסער. פֿאָרט ער אַזױ צו צום באַרג מיט דער תּליה, וווּ עס הענגט זײַן שותּף. בלײַבט דאָס פֿערד שטיין, עס קאָן, נעבעך, ניט אַרױפֿגײן. גייט צו דער זעלנער, װאָס האָט געהיטן דעם טױטן, און העלפֿט אונטערשטופּן דעם װאָגן. װי דער זעלנער האָט אונטערגעשטופּט, האָט דער גנבֿ דערװײַל אַראָפּגעגנבֿעט דעם טױטן, אַנטלאָפֿן מיט אים און באַגראָבן.

דער קײסער האָט דערהערט די גאַנצע מעשׂה, האָט עס אים גאָר פֿאַרװוּנדערט אױף דעם גנבֿס קלוגשאַפֿט. האָט ער געלאָזט אױסרופֿן אין גאַנצן לאַנד, אַז דער גנבֿ װעט זיך קומען אַלײן מעלדן, װעט ער אים געבן זײַן טאָכטער פֿאַר אַ װײַב. ער האָט זײַן באַפֿעל אױכעט צעשיקט שריפֿטלעך און אַרױפֿגעגעבן זײַן חתימה.

װי דער גנבֿ האָט דאָס דערהערט, איז ער דאָך זיכער געװען, אַז מע וועט אים גאָרניט טאָן, איז ער געקומען צום קײסער זיך מעלדן, אַז ער איז דאָס דער גנבֿ. זאָגט דער קײסער: „פֿאַר וואָס זאָל איך דיר גלייבן? אַנו, באַװײַז מיר נאָך אײן גנבֿה!‟. ענטפֿערט דער גנבֿ: „כ’וועל אײַך באַװײַזן אַפֿילו צװײ‟. האָט דער קײסער אַנידערגעלײגט גאָלד אױפֿן טיש, און אױף דער פּאָדלאָגע אַרום דעם טיש האָט ער אױסגעשיט אַזאַ מין פּראָשיק װאָס, אַז מ’טרעט אַרױף, פֿאַלן אַראָפּ די פּאָדעשװעס פֿון די שיך.

„איצט‟, זאָגט דער קײסער, „װײַז אַ קונץ, זאָלסט אַראָפּנעמען דאָס גאָלד און מ’זאָל ניט װיסן װער ס’איז דער גנבֿ‟. הכּלל, דער גנבֿ האָט געהײסן קודם גײן דעם קײסער אין דער צװײטער שטוב אַרײַן, דערנאָך האָט ער גענומען שלאָף־געטראַנק, אײַנגעשלעפֿערט דעם עולם און איז צוגעגאַנגען צום טיש צונעמען דאָס גאָלד. געטאָן זײַנס, האָט דער גנבֿ צונויפֿגעקערט פֿון דער ערד ערד דעם פּראָשיק און אָנגעשמירט דערמיט די פּאָדעשוועס אַלע געסט, װאָס זענען געשלאָפֿן און געכראָפּעט.

װען זײ האָבן זיך אױפֿגעװעקט, רופֿט ער אַרײַן דעם קײסער. זעט דער קײסער, אַז בײַ יעדן זײַנען אַראָפּגעפֿאַלן פֿון די שיך די פּאָדעשװעס. האָט מען װידער נישט געװוּסט װער דער גנבֿ איז. רופֿט זיך אָן דער קייסער צום גנבֿ: „אַז דו ביסט שוין יאָ אַזאַ קלוגער מענטש, גיב איך דיר מײַן טאָכטער פֿאַר אַ װײַב‟.

זינט דעמאָלט זײַנען אין דער מלוכה ניטאָ מער קיין גנבֿים. ווער עס גלייבט ניט, זאָל אַליין קומען אַהין און זען.