Vayter

מאָריס ווינטשעווסקי אין סאָוועטן-רוסלאַנד

Morris Winchevsky in Soviet Russia

פֿון גענאַדי עסטרײַך

  • Print
  • Share Share
מאָריס ווינטשעווסקי

ווער געדענקט הײַנט דעם נאָמען פֿון דעם ייִדישן דיכטער מאָריס ווינטשעווסקי? דער ענטפֿער איז: געציילטע מענטשן, ס’רובֿ פֿון זיי, גלייב איך, זײַנען אָדער לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟, אָדער געהערן צו דער סבֿיבֿה פֿון „ווינטשעווסקי-צענטער‟ אין טאָראָנטאָ, אָדער ביידע זאַכן צוזאַמען. באַקאַנט איז ער אויך די אַקאַדעמיקער, וועלכע באַשעפֿטיקן זיך מיט ייִדישער ליטעראַטור און געשיכטע.

אַ מאָל, אָבער, איז ווינטשעווסקי געווען אַ געוואַלדיק פּאָפּולערע פֿיגור אין דער ייִדישער סאָציאַליסטישער באַוועגונג. אים האָט מען דאָך געהאַלטן פֿאַרן זיידן פֿון דער פּראָלעטאַרישער ליטעראַטור סײַ אויף העברעיִש, סײַ אויף ייִדיש. אַ לענגערע צײַט האָט ווינטשעווסקי געאַרבעט אין „פֿאָרווערטס‟, אָבער דערנאָך האָט ער זיך ניט צונויפֿגעאַרבעט מיט אַב. קאַהאַנען. אַ חשובֿ אָרט האָט ער פֿאַרנומען אין דער קאָמוניסטישער צײַטונג „פֿרײַהייט‟.

דעם 11טן מײַ 1924 האָט זיך אין דעם ניו-יאָרקער „סענטראַל אָפּעראַ האַוס‟ צונויפֿגעקליבן אַן עולם פֿון דרײַ טויזנט נפֿשות צו באַגלייטן ווינטשעווסקין אין זײַן נסיעה קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. דער וועג איז געווען אַ לאַנגער, דער דיכטער האָט זיך אָפּגעשטעלט אין בערלין און ריגע. איך ברענג ווײַטער אַ פּאָר אויסצוגן פֿונעם באַריכט וועגן ווינטשעווסקיס אָנקומען קיין מאָסקווע, געדרוקט אין דער צענטראַלער סאָוועטישער ייִדישער צײַטונג „אמת‟ (אָדער, אין סאָוועטישן אויסלייג, „עמעס‟:

ווי אונטער אַ חופּה פֿירט מען דעם וועטעראַן פֿון דער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג אונטער אַ רויטער פֿאָן. בײַם וואָקזאַל אויפֿן פּלאַץ באַגעגענען אים אין רייען געשלאָסענע סטודענטן פֿון מערבֿ-אוניווערסיטעט מיט אַ הילכיקן געזאַנג פֿונעם „אינטערנאַציאָנאַל‟. דער עולם וואַקסט און רינגלט אַרום דעם זיידן און ער קלײַבט נחת פֿון זײַנע אייניקלעך.

ווינטשעווסקין האָבן באַגריסט פֿאָרשטייער פֿון אַ גרויסער צאָל אָרגאַניזאַציעס. און צום סוף, האָט גערעדט משה ליטוואַקאָוו, דער רעדאַקטאָר פֿון „אמת‟. ער האָט, בפֿרט, געזאָגט:

אַ תּלמודישע לעגענדע דערציילט וועגן איינעם חוני המעגל, וועלכער איז אַנטשלאָפֿן געוואָרן אויף גאַנצע 70 יאָר, און דערנאָך, זיך אויפֿכאַפּנדיק האָט ער דערזען, אַז די וועלט איז גאָר אַן אַנדערע געוואָרן, האָט ער באַשלאָסן ווידער שטאַרבן. איר, חבֿר ווינטשעווסקי, האָט נאָך 70 יאָר אויך דערזען אַ נײַע וועלט, אָבער איר האָט געפֿונען אין זיך גענוג יוגנט פֿאַר מיטצולעבן מיט איר.

די דאָזיקע אויסצוגן ווײַזן, ווי די קאָמוניסטישע רעטאָריק פֿרעגט זיך איבערמישן מיט טראַדיציאָנעלע ייִדישע אימאַזשן. באַזונדערס האָט זיך מיט דעם אויסגעצייכנט די צײַטונג „אמת‟, און ליטוואַקאָוון האָט מען ניט איין מאָל באַשולדיקט אין נאַציאָנאַליזם. דער סוף איז געווען, אַז דעם 14טן אָקטאָבער 1937 האָט מען ליטוואַקאָוון אַרעסטירט, און דעם 19 דעצעמבער האָט מען אים דערשאָסן.

וואָס שייך ווינטשעווסקין, האָט מען שטאַרק געוואָלט, אַז ער זאָל בלײַבן וווינען אין מאָסקווע. מע האָט אים געגעבן זייער אַ גוטע פּענסיע און אים אַרומגערינגלט מיט דרך-ארץ. אַנשטאַלטן, אָרגאַניזאַציעס, גאַסן, וכ’ האָט מען אָנגערופֿן מיט זײַן נאָמען, ווי, למשל, די ייִדישע שולן אין אָדעס, וויטעבסק און וויניצע, גאַסן אין וויטעבסק און אָרשע, די צענטראַלע ייִדישע ביבליאָטעק אין קיִעוו. אים האָט מען אַפֿילו אַרויסגעגעבן אַ מיטגליד-קאַרטל פֿון דער קאָמוניטסטישער פּאַרטיי, מיטן נומען 690561. אָבער דער „זיידע‟, וואָס זײַן 70־יאָריקן געבוירן־טאָג וועט מען ברייט פֿײַערן אין 1928, איז פֿרילינגצײַט 1925 אַוועקגעפֿאָרן צוריק אַהיים, קיין ניו-יאָרק.