Vayter

פֿאָרט אַ מאַמע

A Walk Along the River

פֿון גענאַדי עסטרײַך

  • Print
  • Share Share

אין דער פֿרי אַרבעט בײַ מיר דער קאָפּ אַ סך בעסער איידער אין די שפּעטערדיקע שעהען פֿון דעם טאָג. דערפֿאַר סטאַרע איך זיך אויסצונוצן אויף וויפֿל מע קען די צײַט צווישן זעקס און צוועלף אַ זייגער. אין דער צײַט שרײַבט זיך אַ סך בעסער. דערנאָך קען מען זיך באַשעפֿטיקן מיט אַנדערע זאַכן, וואָס פֿאָדערן ניט אַזאַ פֿרישן קאָפּ. און מע קען זיך דורכשפּאַצירן.

אין אָקספֿאָרד וווינען מיר ניט ווײַט פֿון דער טעמזע — אַ מינוט צען צו פֿוס. און שפּאַצירן פּאַזע דעם טײַך איז זייער גוט. מע דאַרף זיך נאָר היטן אַ ביסל, ווײַל די זעלבע סטעזשקע נוצן סײַ פֿוסגייער ,סײַ וועלאָסיפּעדיסטן. מײַן ווײַב געהערט צו דער צווייטער קאַטעגאָריע, איר ראָווער ברענגט זי אויף דער אַרבעט און פֿון דער אַרבעט.

דער טײַך איז באַפֿעלקערט דורך כּלערליי וואַסערפֿייגל: שוואַנען, קאַטשקעס, גענדז און נאָך אַנדערע פֿייגל, ענלעך אויף הינער, וואָס איך הייב ניט אָן צו וויסן, ווי זיי הייסן. קינדער, און דערוואַקסענע אויך, האָדעווען זיי. און עפּעס קריגן זיי אַליין אין וואַסער און לעבן וואַסער. די גענדז זײַנען פֿון צוויי מינים. איין מין איז מיר באַקאַנט פֿון קינדווײַז אָן. אַזעלכע זײַנען געווען אויך אין אוקראַיִנע. דער צווייטער מין זעט אויס אַנדערש, מיט שוואַרצע העלדזער. מע רופֿן זיי „קאַנאַדער גענדז‟. אַ סבֿרא, אַז קיין געמישטע חתונות זײַנען צווישן אָט די צוויי מינים ניטאָ, ווײַל מע זעט ניט קיין האַלב-קאַנאַדער-און-האַלב-היגע גענדז.

די טעג האָב איך בײַם שפּאַצירן באַמערקט, אַז עטלעכע מענטשן האָבן זיך צונויפֿגרופּירט לעבן אַ גאַנדז און גענדזל, פֿון דער היגער פּאָראָדע. אַן עלטערע פֿרוי האָט מיר דערקלערט, אַז די גאַנדז פּרוּווט באַפֿרײַען איר קינד פֿון אַ ווענטקע-האַטשיקל, און עס באַקומט זיך בײַ איר ניט. מיר איז אויסגעקומען צו זען, ווי אַ פֿישכאַפּער פֿאַרטשעפּעט צו מאָל מיט אַ האַטשיקל אַ פֿויגל. עפּעס אַזוינס איז דאָ אויך, אַ פּנים, געשען.

האָט מיר די פֿרוי געזאָגט, אַז זי האָט שוין אָנגעקלונגען אין „אַר-עס-פּי-סי-איי‟ — אַזוי הייסט אין ענגלאַנד די געזעלשאַפֿט, וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיטן פֿאַרטיידיקן בעלי-חיים. און ווי נאָר זי האָט עס מיר געזאָגט, האָבן זיך באַוויזן צוויי יונגע פֿרויען, אין דער „אַר-עס-פּי-סי-איי‟-אוניפֿאָרם. זיי האָבן דאָס גענדזל באַטראַכט און באַשלאָסן, אַז דאָס האַטשיקל וועט מען קענען אַרויסנעמען. און זיי זײַנען אַוועק, מיטן גענדזל צוזאַמען.

בין איך אויך אַוועק. צוריקשפּאַצירנדיק, האָב איך ווידער דערזען די באַרעמהאַרציקע פֿרוי, אויף דעם זעלבן אָרט. און די גאַנדז, די מוטער, איז דאָרטן אויך געווען. די גאַנדז האָט געהאַלטן אין איין אַרויסלאָזן טרויעריקע געשרייען, נישטערנדיק אין די קוסטעס בײַם טײַך. „און אַזוי שרײַט זי די גאַנצע צײַט‟ — האָט דערקלערט די פֿרוי. — „פֿאָרט אַ מאַמע‟.