זינט 1995 גייט אַרויס אין קיִעוו דער אַלמאַנאַך „יעהופּעץ‟ — אַזוי האָט שלום-עליכם גערופֿן די שטאָט קיִעוו. יעדער נומער איז כּולל ליטעראַרישע, פּובליציסטישע און אַפֿילו אַקאַדעמישע (אָדער כּמו-אַקאַדעמישע) פּובליקאַציעס. דער אינהאַלט איז אָפֿט מאָל אַן אינטערעסאַנטער, אָבער אַ סימן פֿון אַמאַטאָרישקייט פֿילט זיך תּמיד אין די מאַעריאַלן. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז קיין שטרענגע רעדאַקטאָרישע הענט און אויגן האָט עס ניט. למשל, אין דעם פֿרישן, 22סטן נומער, איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן מײַן אַרטיקל, וואָס איז אַן איבערגעזעצטער (און „פֿאַרבעסערט‟) נוסח פֿון מײַן אַלטן ענגלישן אַרטיקל וועגן דעם סאָוועטיש-ייִדישן קריטיקער און שרײַבער אַבֿרהם אַבטשוק.
איך וויל ניט אַפֿילו אָנהייבן צו דערציילן די געשיכטע פֿון דער דאָזיקער פּובליקאַציע. די איינציקע זאַך וועל איך זאָגן, אַז ס’איז אַ גליק, וואָס מע האָט מיר צוגעשיקט די ערשטע איבערזעצונג, וועלכע האָט פּשוט איבערגענאַרישט מײַן טעקסט. (מע האָט מיר דערציילט, אַז אין עפּעס אַ פּובליקאַציע פֿון די „יעהופּעץ‟-לײַט איז matchmaker געווען פֿאַרטײַטשט ווי אַ פּראָדוצירער פֿון שוועבעלעך.) האָב איך זיך, נעבעך, געמוזט אַרײַנמישן. אָבער די צווייטע קאָרעקטור איז מיר ניט באַשערט געווען צו זען, און איצט זע איך אין דעם טעקסט פֿאַרדריסלעכע גרײַזן, אָדער ווי מע פֿלעגט זאָגן, „דרוקפֿעלערן‟. (מע פֿלעגט אויך זאָגן, אַז אַ מענטש שטאַרבט פֿון אַ האַרצפֿעלער, בעת אַ שרײַבער שטאַרבט פֿון אַ דרוקפֿעלער).
דערצו האָבן די צונויפֿשטעלער פֿון דעם „יעהופּעץ‟ מיט אַ שטיקל פֿאַנטאַזיע באַשריבן מײַן אַרבעט. לויט זיי נאָך, בין איך אָנגעשטעלט אין עפּעס אַ „ייִדישן אוניווערסיטעט‟ אין אַמעריקע. און אויב דאָס איז ווייניק, בין איך אויך דער גרינדער און אָנפֿירער פֿון עפּעס אַ צענטער פֿאַר ייִדישע פֿאָרשונגען. האָב איך געפֿרעגט מײַן ווײַב, און זי האָט מיך באַרויִקט, אַז איך בין נאָך ניט אובֿר-בטל און געדענק ריכטיק, אַז ניט דער „אוניווערסיטעט‟, ניט דער „צענטער‟ (אויב זיי עקזיסטירן בכלל אויף דער וועלט) האָבן צו מיר קיין שום שײַכות ניט.
אָבער, ווי איך האָב שוין געזאָגט, אין יעדן „יעהופּעץ‟ זײַנען דאָ אויך גוטע זאַכן. מע קען, אַ שטייגער, לייענען אויף אוקראַיִניש יאָסל בירשטיינס דערציילונגען, ווי אויך אַן איבערזעצונג פֿון אַן אַרטיקל וועגן דער ייִדישער דיכטערין חנה לעווין. דעם אַרטיקל האָט אָנגעשריבן די פּוילישע פֿאָרשערין יאָאַנאַ ליסעק.
זען: //ua.judaicacenter.kiev.ua/yegupec-22
אפֿשר וועט פֿון דעסטוועגן קומען די ליכטיקע שעה, ווען די דאָזיקע, אין תּוך אַרײַן זייער ניצלעכע, אויסגאַבע וועט אַרײַנפֿאַלן אין גוטע רעדאַקטאָרישע הענט?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.