Vayter

בשׂורות-טובֿות פֿאַר פֿאָרשער

Good News for Researchers

פֿון גענאַדי עסטרײַך

  • Print
  • Share Share

אַ שיינע מתּנה האָבן צוגעגרייט די רעדאַקטאָרן און פֿאַרלעגער פֿונעם באַנד „לקט: ייִדישע שטודיעס הײַנט‟. די מתּנה באַשטייט אין דעם, וואָס יעדער איינער קען איצט דעם גאַנצן טעקסט לייענען אין אינטערנעץ:

//docserv.uni-duesseldorf.de/servlets/DerivateServlet/Derivate-23711/titlepage.xml

דאָס בוך איז כּולל 32 אַקאַדעמישע אַרבעטן, גרופּירט אין פֿיר אָפּטיילן „אין פּרדס פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור‟, „עלטערע טעקסטן‟, „לינגוויסטיק‟ און „קולטור און פּאָליטיק‟. די מחברים שטעלן פֿאָר זייער אַ ברייטע געאָגראַפֿיע און געהערן צו פֿאַרשיידענע דורות געלערנע. הגם אַ היפּשע צאָל געלערנטע האָבן זיך אין דעם פּראָיעקט ניט באַטייליקן, איז באַרעכטיקט צו זאָגן, אַז דער באַנד, וואָס איז אַרויס אין דיסעלדאָרף, שפּיגלט אָפּ דעם הײַנטיקן מצבֿ אין דעם געביטן פֿון ייִדיש-שטודיעס.


נאָך איין מתּנה האָבן פֿאָרשער באַקומען מצד דעם ניו-יאָרקער צענטער פֿון ייִדישער געשיכטע, אין וועלכן עס גייט אַרײַן אויך דער אינסטיטוט ייִוואָ מיט זײַנען אוצרות פֿון געדרוקטע און אַרכיוון-מאַטעריאַלן. אין דעם צימער, וווּ מע לייענט מיקראָפֿילמען, האָבן זיך לעצטנס באַוויזן גאָר נײַע אַפּאַראַטן. פּראַקטיש מיינט עס, אַז ס‘איז געוואָרן גרינגער צו לייענען די מיקראָפֿילמען און — דאָס וויכטיקסטע — קען מען איצט מאַכן עלעקטראָנישע קאָפּיעס פֿון אַלץ, וואָס מע געפֿינט פֿאַר נייטיק. דערצו איז עס בחינם!


דער ייִדישער ביכער-צענטער פֿירט ווײַטער אָן זײַן פּראָיעקט פֿון מאַכן ייִדישע ביכער און צײַטשריפֿטן עלעקטראָניש צוטריטלעך. מע קען לייענען וועגן די נײַע טשיקאַווע ביכער, וואָס זײַנען לעצטנס אַרויסגעשטעלט געוואָרן אין אינטערנעץ: