דאָס וואָרט „יאַקאָס” האָט אַפֿילו ניט געפֿונען קיין אָרט פֿאַר זיך אין אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז דאָס דאָזיקע וואָרט איז, צוזאַמען מיט ס’רובֿ אַנדערע סלאַוויזמען, אַוועק פֿון דעם וואָקאַבולאַר, וואָס ווערט איצט גענוצט אין דער חרדישער סבֿיבֿה. דאָך פֿון מאָל צו מאָל באַגעגנט מען עס אין כּלערליי ייִדישע טעקסטן, סײַ אַלטע סײַ נײַע. אין „פֿאָרווערטס” טרעפֿט מען עס אויך.
„מיינען מיינט עס „אויף עפּעס אַן אופֿן”, „אַ דאַנק עפּעס אַ סיבה”, „צוליב עפּעס אַ צונויפֿפֿאַל פֿון אומשטאַנדן”. אַ שטייגער:
„ס’איז ניט קלאָר ווי אַזוי פּינקטלעך, אָבער אים האָט זיך יאַקאָס אײַנגעגעבן איבערצולעבן די שווערע צײַטן.”
„איך האָב ניט געגלייבט מײַנע אויגן: משה איז, ניט געקוקט אויף אַלע שוועריקייטן, יאַקאָס געקומען אַהער פֿריִער פֿון אונדז אַלעמען.”
„לאָמיר אַ פּרוּוו פֿירן די באַראַטונג יאַקאָס אַזוי, אַז קיינער זאָל אַפֿילו ניט באַמערקן דעם טעות אין די ערשטע שורות פֿונעם באַריכט.”
דאָס וואָרט איז אַן אָפֿטער גאַסט אין פּאָעטישע שורות פֿון דעם הײַנטצײַטיקן ייִדישן דיכטער באָריס קאַרלאָוו. למשל //elabrek.blogspot.co.uk/2006_09_01_archive.html:
וואָס הייסט, וואָס הייסט?!
כ’האָב לאַנג געזוכט פֿאַר דיר אַ זכות,
אַ שטיקל תּירוץ. און ווייסט —
איך האָב אים ניט געפֿונען…
געפֿונען האָב איך בלויז די פּוסטקייט
אין דײַנע אויגן יאַקאָס שטומע…
דאָס צווייטע וואָרט, „יאַקבע”, האָט אַ בעסערע דאָליע — עס איז יאָ אַרײַן אין ווײַנרײַכס ווערטערבוך. אָבער מע נוצט עס אויך זייער זעלטן, ווײַל די זעלבע פֿונקציע קען, בדרך־כּל, אויספֿילן דאָס ברייט פֿאַרשפּרייטע וואָרט „כּלומרשט” (אָדער — ווען מע וויל אַרײַנלייגן אין דעם סאַרקאַזם — ווערט עס „קלאָמפּערשט”):
„ער און זי האָבן יאַקבע (כּלומרשט) געוווינט אין דעטרויט אַרום דער זעלבער צײַט.”
„די עלטערן האָבן געמאַכט אַן אָנשטעל, אַז דעם זונס כּלה איז זיי יאַקבע (כּלומרשט) צום האַרצן.”
אָבער „יאַקבע” מיינט גאָר אַן אַנדער זאַך אין דעם ווערטל:
„יאַקבע ריידעלע נע ריידעלע אַבי דאָברע מיינעלע” — מיר אַרט ניט, וואָס מע רעדט, צי מע רעדט ניט, וועגן דעם מיידל. דער עיקר, אַז זי זאָל זײַן אין דער אמתן אַ גוט מיידל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.