Vayter

ייִדישע פּרעסע־אַרכיוון אין אינטערנעץ

Yiddish Press Archives on the Internet

פֿון גענאַדי עסטרײַך

  • Print
  • Share Share

„יוגנטרוף”־אַרכיוו

די אָרגאַניזאַציע „יוגנטרוף” האָט זיך באַוויזן אין יאָר 1964, אונטער דער השגחה פֿון דר. מרדכי שעכטער ז”ל. איינער פֿון די גרינדערס פֿון דער אָרגאַניזאַציע איז געווען הירש־דוד ראָסקעס, דער הײַנטיקער פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער ליטעראַטור און קולטור אין ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר אין ניו־יאָרק. דער „יוגנטרוף” האָט געשפּילט, און שפּילט נאָך אַלץ, אַ ממשותדיקע ראָלע אין שאַפֿן און אַנטוויקלען די סבֿיבֿה פֿון ייִדיש־רעדערס. צווישן די וויכטיקע אויפֿטוען פֿון „יוגנטרוף” איז דער זשורנאַל, וועלכער טראָגט דעם זעלביקן נאָמען און גייט אַרויס זינט 1965. איצט זײַנען די נומערן פֿונעם זשורנאַל געוואָרן צוטריטלעך אין אינטערנעץ: yugntruf.org/arkhiv.


„ידיעות פֿון ייִוואָ”

אין אינטערנעץ קען מען לייענען דעם אינפֿאָרמאַציע־בולעטין פֿון דעם ניו־יאָרקער ייִוואָ־אינסטיטוט. צוטריטלעך זײַנען זיי זינט דעם נומ’ 188, וואָס איז אַרויס זומערצײַט 1999. דער בולעטין האָט צוויי סעקציעס — אויף ענגליש און אויף ייִדיש. עס זעט אויס, אַז דער אינסטיטוט אײַלט זיך ניט אַרויסצוגעבן זײַנע „ידיעות” — דער סאַמע „פֿרישער” בולעטין טראָגט דעם נומ’ 207 און איז אַרויס אין האַרבסט 2011. אַזוי אַז מע קען, אַ שטייגער, לייענען וועגן דער ייִדישער זומער־פּראָגראַם, וואָס איז געווען אין יאָר 2011, אָבער גאָרנישט (דערווײַל, לכל־הפּחות) וועגן דער זומער־פּראָגראַם פֿון 2012. בינו־לבינו, ווערט שוין צוגעגרייט די קומענדיקע זומער־שול, וואָס וועט דורכגעפֿירט ווערן פֿון דעם 17טן יוני ביז דעם 26סטן יולי — זען yivo.bard.edu/summer.


היסטאָרישע ייִדישע צײַטשריפֿטן

צוויי אַקאַדעמישע צענטערס — דער וואָרוויק־אוניווערסיטעט אין ענגלאַנד און דער קאָרנעל־אוניווערסיטעט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן — פֿירן אַ פּראָיעקט פֿון מאַכן צוטריטלעך אַלטע ייִדישע צײַטשריפֿטן, וועלכע שפּיגלען אָפּ די ייִדישע אַרבעטער־באַוועגונג. די רייד גייט, קודם־כּל, וועגן די לאָנדאָנער אויסגאַבעס — דעם זשורנאַל „השולמית” (1891-1895) און דער ערשטער סאָציאַליסטישער צײַטונג „דאָס פּוילישע ייִדל” (1884—1886). אַ צאָל נומערן פֿון די צײַטשריפֿטן קען מען שוין לייענען אין אינטערנעץ: transcribe.lib.warwick.ac.uk. די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דעם פּראָיעקט זוכן מענטשן, וואָס ווילן פֿרײַוויליק איבערזעצן אַרטיקלען פֿון ייִדיש אויף ענגליש.


אַנאַטאָלי פּינסקיס „דאָנאַ”

אין מאָסקווע איז טעטיק די קלעזמער־קאַפּעליע „דאָנאַ”, וועלכע עקזיסטירט זינט פֿעברואַר 2004. געשאַפֿן האָט זי אַנאַטאָלי פּינסקי, וואָס האָט אויך פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿאַרן יערלעכן מאָסקווער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער מוזיק. תּחילת האָט מען דעם פֿעסטיוואַל גערופֿן „דאָנאַ־פֿעסט”, שפּעטער — „ייִדיש־פֿעסט”.

אַנאַטאָלי פּינסקי (1956-2006) איז פֿרי אַוועק פֿון לעבן, אָבער ער האָט באַוויזן זייער אַ סך אויפֿצוטאָן. אַ טאַלאַנטירטער לערער פֿון פֿיזיק, האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַ מיטל־שול אין מאָסקווע, וווּ ער האָט אײַנגעפֿירט אַ נאָוואַטאָרישע פּעדאַגאָגישע סיסטעם, באַזירט אויף די פּרינציפּן וועלכע עס האָט מיט אַ יאָרהונדערט צוריק געהאַט פֿאָרגעלייגט דער עסטרײַכישער פֿילאָסאָף רודאָלף שטײַנער. פּינסקי איז געוואָרן אַ ראָטגעבער בײַם בילדונג־מיניסטעריום פֿון רוסלאַנד.

גלײַכצײַטיק האָט פּינסקי זיך באַשעפֿטיקט מיט ייִדישער מוזיק. זײַן רוסישע איבערזעצונג פֿון שלום סעקונדעס און אַהרן צייטלינס ליד „דאָנאַ־דאָנאַ” איז פֿעסט אַרײַן אין קלעזמערישן רעפּערטואַר — זען, למשל: