Vayter

מאַטעריאַלן פֿון ייִדישן ראַדיאָ אין דער ביבליאָטעק פֿון קאָנגרעס

  • Print
  • Share Share

די ביבליאָטעק פֿון קאָנגרעס האָט באַקומען אַ מתּנה — אַ קאָלעקציע און רעקאָרדירונגען, פֿאָטאָגראַפֿיעס און אַנ­דערע זאַכן, וואָס האָבן אַ שײַכות צו דער געשיכטע פֿון ייִדישן ראַדיאָ אין אַמעריקע. די מתּנה האָט געגעבן הענרי (הענעך) סאַפּאָזשניק, וואָס איז דער דירעקטאָר פֿון דעם אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור בײַם אוניווערסיטעט אין וויסקאָנסין-מעדיסאָן.

די קאָלעקציע איז כּולל מער ווי טויזנט פּלאַטעס, וואָס מע האָט רעקאָרדירט אין די יאָרן 1929—1961. די בלי-צײַט פֿון דעם ייִדישן ראַדיאָ איז געווען אין די 1940ער און 1950ער יאָרן.