אלס א שרייבערין, זוך איך תמיד וואו איך קען געפינען א ביסל פרישע אינספיראציע, עפעס וואס קען מיך באגייסטערן. ווייל איך קען זיך נישט זעצן שרייבן א טרוקענע באשרייבונג מיט פאקטן. איך ברויך עס פילן. נישט נאר מיט שרייבן, נאר מיט אלעס וואס איך טו. מאכט זיך אמאל א שטיק צייט וואס איך טרעף נישט די ריכטיגע טעמע. איך פראביר צו „מח־שטורמען” אבער וואס עס קומט אלץ ארויף האב איך נישט א געפיל דערפאר. ווי מ׳זאגט בלע״ז: “I’m just not feelin’ it”.
בקיצור פרעג איך זיך ארום ביי מיינע פריינט און קאלעגעס, און יעדער זאגט מיר „די פרשה!” „די פרשה!” די פרשה איז אזוי שיין און עס איז דא אזוי פיל וואס מען קען זיך אויסלערנען דערפון. און איינע פון מיינע חבר׳טעס זאגט מיר טאקע, אז איך זאל אריינקוקן דירעקט אינעם חומש, ווייל עס איז דא א סך וואס מען האט ארויסגעלאזט ביינאונז אין שולע.
נעם איך טאקע אפיר דעם חומש. און ווען איך זאג איך נעם אפיר דעם חומש מיין איך דורך ר׳ גוגל. דאס פירט מיך צו חבד׳ס וועבזייטל וואס דארט איז די גאנצע פרשה איבערגעטייטשט אויף ענגליש ר״ל. ביינאונז אינדערהיים האבן די מיידלעך נישט געטארט חלילה לערנען חומש אדער פארשטיין ציפול לשה״ק, קען איך דאס נאר ליינען מיט איבערטייטשונג.
זיץ איך מיר אזוי אויפן באן, אויפן וועג צו דער ארבעט, און איך ליין פרשת וירא. צום ערשטנס קוקט דאס אויס גאר קענטליך. די שפראך איז אביסל מאדנע, אבער עס פילט נישט פרעמד. עס איז טאקע דא א סך שיינע מוסר השכלס וואס מען קען זיך אויסלערנען! למשל ווי אברהם, אונזער פאטער, האט אריינגענומען געסט, נישט קיין חילוק וועלכע רעליגיע אדער ראסע זיי זענען געווען, אדער ווי ער האט זיך געבעטן ביים אויבערשטן צו ראטעווען די מענטשן פון סדום און דאס נישט חרוב מאכן, אפילו אויב ס׳וואוינען דארט ווייניק רעכטפֿארכטיקע מענטשן. דאס איז אלעס זייער שיין און אנגענעם צו לייענען און עס ווארעמט דאס הארץ.
אבער נאכדעם קום איך אן צו די מעשה מיט לוטס טעכטער. אוי, דאס האבן זיי אין דער שולע ארויסגעלאזט! דאס האבן זיי אינגאנצן פארגעסן צו דערמאנען! לייענענדיג בין איך ממש טראמאטיזירט געווארן. לוטס טעכטער האבן אים אנגעשיכור׳ט און געלעגן מיט אים. בערך די ווערטער נוצט די חומש. געלעגן. איך וואלט דאס גערופן פארפירט. און דא האב איך געמיינט אז לויט די תורה, זענען די מענער יענע וואס טוען אזאנע זאכן. אבער נו ווער קען דען האבן טענות צו זיי? זיי האבן געמיינט אז זיי זענען די לעצטע מענטשן פארבליבן אויף דער טריקעניש. גלייבט מיר, אויב איך מיט מיין טאטע וואלטן געווען די לעצטע מענטשן אויף דער וועלט, קענט איר זיין זיכער אז איך וואלט געלאזט דער וועלט אינטערגיין. ניין ש’כוח! אבער עס איז דאך געווען אינגאנצן אן אנדער וועלט דעמאלטס. דאך פאר מיר, וואס איך עקזיסטיר אין די היינטיגע וועלט, קען איך דאס נישט באגרייפן, און איך בין ממש אויפגעשוידערט און פארציטערט. נאכדערצו היינט צוטאגס זענען מיר אזוי סענסיטיוו. ווען איינער גייט אונז פארציילן אזא שוידערליכע מעשה, וועלן זיי צו ערשט אונדז בעטן מיר זאלן זיך אוועקזעצן, מען גיט א ווארענונג, מען גרייט אייך צו. אבער די תורה פארשרייבט דאס אזוי פשוט און גראד, ווי גארנישט וואלט געווען, ווי מיר וואלטן נישט געווען מענטשן מיט געפילן. ממש איך קען נישט קומען צו זיך.
איך מיין נישט חס ושלום אוועקצומאכן די תורה, ווייל נאך אלעמען בין איך דאך א גלויביגע, און איך בין א איד וואס פראבירט זיך האלטן מיט אידישקייט. אבער איך בין פשוט אזוי שאקירט געווארן לייענענדיג דאס, אז איך האב כמעט פארפעלט מיין באן סטאנציע.
ווען מע האט אונדז געזאגט אז מען האט א סך אויסגעלאזט אין בית חינוך, האב איך זיך נישט געגרייט אויף אזאנס. איך האב זיך נישט געגרייט בכלל. איך האב געטראכט, „נע, וואס קען דאס שוין זיין… גארנישט וואס איך קען נישט פארנעמען…” אבער אוי האב איך דאס נישט געקענט פארנעמען! פאר א סעקונדע בין איך געווען גאר אויפגערעגט אויף די תורה. ספעציעל ביי די מעשה פון ווען מען האט „צוגענעמען” שרה ווייל זי איז נאר א „שוועסטער” פאר אברהם. איך פארשטיי נישט. מען קען עפעס אזוי „נעמען” שוועסטערס מיט מיידלעך? ס׳טוט זיך אזוי א „גענעמעכטס”! דער בלוטדרוק גייט מיר ארויף טראכטנדיג דערפון!
און נאכדעם ווערט מען נאך געוואר אז אברהם מיט שרה זענען טאקע שוועסטער און ברידער. רבו״שע מיין קאפ קען דאס נישט פארשטיין! איך מיין אז אונזערע רבי׳ס זענען גערעכט געווען אונז נישט צו לאזן לערנען דאס חומש און איך בין דאנקבאר אז אונזערע לערערינס האבן אויסגעלאזט די אלע חלקים. איצט בין איך שוין אינגאנצן צומישט און איך מיין איך גיי נישט קוקן אין חומש פאר א וויילע ביז איך בארואיג זיך. איך האב געמיינט אז איך האב ליב די תורה, און איצט ווייס איך שוין אליין נישט וואס דא גייט פאר.
אינטערעסאנט איז אז עקדת יצחק האב איך אנגענומען אזוי פשוט. איי, א טאטע וועט אויפגעבן זיין אייגן קינד פאר א קרבן איז אויכעט אן אומדערהערטע זאך וואס מיר פארשטייען נישט. הויב איך אן טראכטן אז אפשר איז יא גוט אז מען לערנט דאס אויס פון קינדווייז אן. אזוי קוקט עס נישט אויס אזוי שרעקעדיג. אבער פון די אנדערע זייט פארוואס זאל מען אויפקלערן אומשולדיגע קינדער אזוינע שוידערליכע געשעענישן וואס זענען פארגעקומען אין יענע צייטן? היינט איז אינגאנצן אן אנדערע וועלט. מיר קענען דאס נישט פארשטיין. און איך האלט אין איין צוריק קומען צו דעם, צום נישט פארשטיין: „אונז פארשטייען מיר נישט אלעס״ און ״מען פרעגט נישט קיין קשיות״. און איך טו יא פרעגן. אבער איך מיין איך פרעג שוין מער נישט. אקעי רבותי, האטס מיר און זייטס מיר! איך גיי איצט נעמען א „קלאנאפין”.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.