ימים נוראים, עשרת ימי תשובה, ראש השנה, יום כיפור, הושענה רבה, דאס איז די ערנסטע צייט פון יאר. טעג וואס מען שפילט זיך נישט ארום. נישט קיין צייט פאר וויצן און ליצנות. טעג וואס מען נעמט זיך אפיר און מען גוט א קוק אויף די מעשים פון א גאנץ יאר. א צייט זיך צו פארנעמען צו זיין א בעסערע מענטש. טוען מער מצוות און מעשים טובים און פראבירן צו שטיין ווייט פון עבירות.
תשובה איז נישט מיין זאך. דאווענען איז נישט מיין זאך. ערנסטקייט איז נישט מיין זאך. איך טו נישט גוט אין א צייט פון ערנסטקייט. עס ציט אן מיינע נערוון און טוט ערוועקן מיינע אנגסטן, מיין ענקזייעטי. איך קען נישט פארנעמען ערנסטע מצבים. פון אלעם דריי איך זיך אלץ ארויס מיט א וויץ. אזוי האב איך זיך איינגעוואוינט שוין אלס קינד, אז אויב וועל איך פון אלעם מאכן א וויץ וועט דאס לעבן זיין גרינגער. פאר מיר איז לאכן לייכטער ווי וויינען און זיך פרייען איז גרינגער ווי זיך אויפֿצורעגן. און עס איז טאקע גרינגער. אבער נאר אויפן מינוט. ווען עס קומט למעשה, ווען מען דארף אפירנעמען די אינערליכע געפילן, קען איך דאס נישט פארנעמען. און דעריבער איז די ימים נוראים א צייט פון יאר וואס איך פארכט. איך צייל די טעג ביז עס זאל שוין זיין אריבער.
חודש אלול הערט מען שוין ״מ׳דארף זיך צוגרייטן, זיך אפירנעמען, עס קומט שוין באלד דער יום הדין…״ און מיין הארץ טוט טאן א קליין ציטער אבער איך גיב דאס אזא מאך אוועק, נא עס קען ווארטן אויף ראש השנה. ראש השנה קומט און די ענקזייעטי קלאפט שוין ווידער אויפן טיר. ״וועק זיך אויף, רבקה׳לע, מ׳דארף תשובה טוען!״ און דערנאך הויבט זיך אן די געראנגל און מיין מח. איך בין נישט זיכער צו איז דאס דער יצר הרע מיטן יצר טוב צו איז דאס נאר די איינקאכעניש פון מיין אויפברענגונג מיט מיין לאגיק אדער גאר סתם מיינע נערוון וואס שפילן אויף מיר. נו ווי קען מען דען איינשטילן א מלחמה ווען מען ווייסט ניט בכלל ווער די צוויי צדדים זענען.
כאטשיג אום ראש השנה זענען דא די סעודות און מען עסט זיך גוט אן, און מען פארברענגט און עס ווערט א שמחות יום טוב, אז די מלחמה שטילט זיך איין אויף דערווייל. אבער גייענדיג ווייטער אין די עשרת ימי תשובה, בושעוועט עס און עס גרייט זיך צו עקספלאדירן. אבער די ריכטיגע קריג קומט פאר אום יום כיפור. נישטא מיט וואס זיך צו פארנעמען, נישטא קיין עסן, נישטא קיין פארברענגען, נאר מען זיצט אין שיל און מען דאוונט א דאווענען וואס איך פארשטיי נישט וואס איך זאג. (שכח פארן חזן כאטשיג איז דא אביסל שיינע הארציגע חזנות מיט וואס זיך צו דערווארעמען). דעמאלט איז שוין נישטא קיין צוויי ברירות, נאר זיך אראפזעצן מיט די צוויי אומבאקאנטע צדדים און אויסהערן יעדנ׳ס זייט.
״רבקה׳לע, דו דארפסט תשובה טוען פאר אלע דיינע עבירות אויב דו ווילסט האבן א גוט יאר.״
״אקעי לאמיר זען וואס זענען מיינע עבירות?״
״אלעס! אלעס וואס דו טוסט איז אן עבירה!״
״אבער…״
״נישטא קיין אבער, יעדע סעקונדע פונעם טאג ביסטו עובר אויף עבירות!״
״איך פארשטיי נישט?! וואס פארא סארט עבירות?״
״די וועג וויאזוי דו לעבסט דיין לעבן, וויאזוי דו טוסט זיך אן, וויאזוי דו פירסט זיך אויף, ביסטו עובר אויף צענדליגער אסורים!״
״אבער איך בין צופרידן, איך וויל זיך נישט טוישן!״
״רבקה׳לע, אויב ווילסטו האבן א גוט יאר, וועסטו דיך מוזן טוישן און זיך צוריק קערן!״
״אבער איך האב שוין פראבירט די סארט לעבן, און איך בין נישט געווען צופרידן! און נישט נאר נישט צופרידן, נאר ממש געליטן פון א מרה שחורה! איך וויל זיך נישט פארענטפערן אדער זיך איבערבעטן פארן זיין זיך אליין, און טוען וואס עס מאכט מיך בשמחה!״
״דאמאלט קומט דיר נישט א גוט יאר! ווי אזוי וואגסטו זיך צו בעטן ביים קעניג פון די וועלט פאר א גוט יאר אז דו האלטסט נישט ביים תשובה טאן?! שעמען מעגסטו זיך! טויט שטראף קומט דיר!״
״ניין! ניין! איך האב זייער מורא פון טויט! איך בין נאך נישט גרייט!״
״דאמאלטס טו תשובה און זאג צו דו וועסט זיין בעסער!״
״אבער איך וויל נישט צוריק אריינפאלן אין א דעפרעסיע, איך בין ב״ה צופרידן יעצט וויאזוי איך בין!״
״דער אויבערשטער איז אבער נישט צופרידן מיט דיר!״
״איך גיי דאך פראבירן זיך אויסבעטן, ווייל דער אויבערשטער זעט אלעס און ווייסט וויאזוי איך שפיר.״
און אזוי הויב איך אן דאווענען. אבער עס נעמט נישט לאנג און עס הויבט זיך ווייטער אן.
״רבקה׳לע, ס׳וועט דיר גארנישט העלפן! עס קומט דיר נישט און שוין! וויאזוי וואגסטו זיך צו בעטן אלעס גוטס, ווען דו ווילסט גארנישט געבן פון זיך?! הא?! וואס פארא חוצפה איז דאס?!״
״אבער….״
״שוין ווייטער מיט אבער! ס׳וועט דיר גארנישט העלפן, און דו קענסט מיך נישט איינשטילן! כא כא כא!״
״אקעי! אקעי! אקעי!״
און צום סוף טרעף איך מיך זיך בעטן צום אויבערשטן איך זאל כאטש נישט דארפן ליידן חלילה. און איך שעפשע א תפילה ״אויבערשטער איך בעט דיך! געב מיך גארנישט! נאר איין זאך! איין קלייניגקייט! ווייז מיר דעם וועג! געב מיר קלארקייט און פארשטאנד, צו וויסן וואס איז גוט און וואס איז שלעכט! ווייל איך בין אליין נישט זיכער!״
און פארדעם איז די ימים נוראים אזא שווערע צייט פאר מיר. א צייט פון געראנגלענישן און צעמישטקייט. א צייט פון שרעק, ציטער און פאניק. איך ווארט שוין מיט גרויס אנגסט אז דאס זאל אדורכגיין ווי שנעלער און האפנטליך וועט דער אויבערשטער אונז אלע פארזיגלען א גוט יאר, צו ס׳קומט אונז אדער נישט!
און נאכדעם טאקע קומט שמחת תורה, מיין געבורטסטאג, א צייט ווידער צו האצקענען און הוליען!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.