עס איז א געווענטליכער טאג אויף די אינטערנעט. די וועלט וואס עקזיסטירט אבער עקזיסטירט נישט. די וועלט וואס ליגט אין רוב מענטנשס האנט מערסטנס פונעם טאג. עס שוועבט ערגעץ צווישן די לבנה אין די שטערנס אבער האט א השפעה אויף אונזער טאג טעגליכע לעבן. איך מיש די בלעטלעך אדער ענדערש געזאגט, איך ריק מיין פינגער אויפן סקרין און איך זעה וואס א פייסבוך פריינט וואס איך קען נישט עכט אין עקזיסטענץ, האט געהאט היינט פאר מיטאג. דערנאך א בילד פון מיין בעסטע חברטע. נאכפאלגנדיג איז א רעקלאמע פון פארשידענע פנים פארב פראדוקטן… וכו׳…
אבער עס איז דא פארשידענע זאכן וואס איך פארשטיי נישט אזוי גוט דערצו. היינט צוטאגס מיט פייסבוך און טוויטער און נאך אזאנע פארשידענע נעטווארקס, האט שוין יעדער משוגענער (איידער איר ווערט אנגעצארנט אויף מיר, זאלט איר פארשטיין אז משוגענער איז נישט דווקא א שלעכטע זאך. היינט איז דאך שוין מער נישט אינטערעסאנט צו זיין נארמאל סיי ווי) אן אייגענע פלאטפארמע ווי זיי קענען ווערן א בעל דרשן און א שרייבער. איך האב נישט קיין שום פראבלעם דערמיט און ס׳קען אפילו זיין אז אמאל בין איך איינע פון זיי.
אבער זייענדיג נישט קיין מענטש מיט אזוינע שטארקע מיינונגען, איז עס איז גאר אינטערעסאנט צו זען ווי יעדער האט אייביג וואס צו זאגן אויף דאס און אויף יענץ און אויף אלץ וואס גייט פאר אין די וועלט, און וואס מען זאל טאן דערוועגן. עס זעט אויס ווי זיי מיינען אז די גאנצע וועלט איז זייער אינטערעסירט צו הערן אלץ וואס זיי האבן צו זאגן. און מען זאגט דאס נאך מיט אזא זעכערקייט און מיט א באגייסטערניש. טאקע זייער גוט! אבער ליידער קענען די היינטיגע דורות נישט פארנעמען קריטיק אדער א שלעכט ווארט אדער אפילו א ווארט וואס זיי זענען נישט מסכים דערמיט. יעדער ווערט אזוי באליידיגט פאר יעדע קליינע שטות אזש ממש מען גייט דאס רעפארטירן פאר די פייסבוך פאליציי און מ׳עסט זיך אויף דאס געזונט. ממש א שאד אויף אזויפיל הארץ ווייטאג ווען אין די אנדערע האלב וועלט שעכט מען אויס מענטשן ווי פליגן. אבער די צעבאלעוועטע קינדער גייען וויינען אין מאמיס פאנדשעלוי און גייען אויסזאגן די רבי ווייל דער און יענער „האט מיך געטשעפעט‟.
פון די אנדערע זייט, אויב דער אריגינעלע בעל דרשן/שרייבער איז נישט אויף זיין זייט חלילה וחס זיי זאלן זי אנרופן עפעס. עס הויבט זיך אן גאנצע מחלקות און טענה׳ראציעס אין די קאמענטארן סעקציע. צומאל ענדיגט זיך דאס אפילו אין דעם וואס איינער בלאקירט דעם צווייטן. א סך מאל נעמט דער בעל דרשן אראפ דעם גאנצן פאסט ווייל עס האט אים געקאסט הויכע בלוט דרוק און ווייטאג אזש ער האט דאס נישט געקענט פארטראגן.
איך האב נאך כמעט נישט געזען אזא זאך אז איינער זאל הילכן זייער מיינונג און קיינער איז נישט געטשעפעט אדער באליידיגט געווארן דערפון. און רוב מאל אטאקירט מען אזוי א מענטש פארן פשוט זאגן וואס ער האלט און מען רופט אים פארשידענע נעמען און מען שעלט אים צאם. יעדער זאגט תמיד מע זאל נישט אראפקלאפן אנדערע, אבער אין די זעלבע צייט קלאפט מען איינער דעם צווייטן, און מ׳ווערט באליידיגט און פארשעמט, און מען אטאקירט צוריק, און עס קומט פאר א גאנצע כיתה, א קריג.
ביים סוף גייט א יעדער ארויס פארווייטאגט און פארביטערט אויף די גאנצע וועלט. די היינטיגע דורות זענען אזוי הייקל מען קען זיי גארנישט זאגן. און מען דארף טאקע אכטונג געבן חלילה נישט וויי טאן אן אנדערע מענטש, אבער אין די זעלבע צייט דארף מען אויפהערן צו אטאקירן וואס יענער האט געזאגט. אויב ביסט אזוי גוט ווי דו האלטסט דו ביסט, דאן וואס גייט דיר אזוי אן וואס יענער האט געזאגט? און אויב האלטסטו נישט אז דו בוסט גוט, דאן הויב שוין אן טראכטן אנדערש! זאג דיך א יעדן טאג ווי גוט דו ביסט, ווי שיין דו ביסט, ווי אויסערגעווענליך דו ביסט! און צוביסלעך וועסטו דאס איינזען און נישט צוהערן צו דעם קריטיקירער.
מיר קענען נישט טוישן די וועלט. מענטשן וועלן זיך אייביג אנרופן. מענטשן וועלן האלטן אנדערש פון דיר און א סך מאל זאגן עפעס דערוועגן. און עס זענען דא די וואס פון גרויס לאנגווייליגקייט וועלן קאמענטירן מיט פיינטליכע ווערטער, דיך באליידיקן. אבער מיר קענען אפמאכן ביי זיך אז מיר וועלן זיך נישט צוטאן מאכן. מיר וועלן נישט אוועקגעבן א מינוט פון אונזער טאג זיך צו עסן דערויף. מיר וועלן דאס נישט לאזן האבן א השפעה אויף אונז. פארוואס זאלן מיר ארומגיין פארביטערט ווייל „יענער” האלט אנדערש פון מיר, אדער ווייל „יענער” האט מיך גערופן אזוי און אזוי… ווארף אוועק דעם „יענער”, וועסטו זוכה זיין צו אמת׳ע מנוחת הנפש!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.