עס איז א געהעריגער טאג אינעם לופט־פעלד אבער נישט פונקט ווי געווענטליך. עס זענען דא א סך מער חסידים און אלע סארטן אידן: אלערליי לבוש און אלע קאלירן יארמולקעס. אין דער זייט זיצט א אידל מיט זיין פידל און זינגט א ברסלב’ער זמר, אינעם אנדערן עק זיצט א אינגערמאן פאר׳דביקות׳ט אין א ליקוטי מוהר”ן ספר׳ל.
אויף לינקס איז דא א מנין מנחה און אויף רעכטס — א גרופע בחורים וואס צעטיילן זיך מיט ציגארן וואס מען האט זיך איינגעהאנדלט פאר א גוטן פרייז אין „דוטי פרי‟ מארק. אונטער די פיס לויפן קליינע אינגעלעך און שפילן „גלחים, לויפטס!‟. וועט איר פרעגן וואס איז דא געשען? וועל איך אייך זאגן: ס׳איז אומן ראש השנה.
ר׳ נחמן מברסלב זצ״ל האט געזאגט: „ראש השנה שלי עולה על הכל. ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס.‟ ווי דער רבי זאגט ווייטער: „יא געגעסן, נישט געגעסן, יא געדאוונט, נישט געדאוונט, אבער יעדער דארף זיין ביי מיר ראש השנה.‟
די ברסלב’ער חסידים פירן זיך שוין אזוי יארן לאנג — עולה רגל זיין קיין אומן צום רבינס ציון כדי צו פועלן ביי אים א גוט געבענטשט יאר. ווי ס׳שטייט אין די ספרים, זענען די צדיקים ווי אדוואקאטן. און ווער וויל דען נישט האבן א גוטן אדוואקאט צו פועלן א זיס יאר.
(לויט וואס איך האב געהערט פון מיין חשובן מאן וואס איז א ברסלב׳ער) זיצן טויזענטער אידן און בעטן און וויינען. זיי רייסן איין וועלטן און פועל׳ן אויס ישועות מיט רפואות פאר זייערע ליבסטע. אנדערע זיצן מיט א תהילים און חזרן דאָס איבער און איבער. אידן זינגען צוזאמען. מען טאנצט אין שפרינגט. און די שענסטע זאך איז — אז מען זעהט אלע מיני אידן זענען באחדות, נישט קיין חילוק וויאזוי זיי זעען אויס אדער וואס פארא לבוש זיי טראגן. עס איז ממש א בליק וויאזוי ביאת המשיח וועט אויסקוקן און ווי מען וועט זיך דארט פארטראגן.
א מאל הערט מען פון געוויסע מענער וואס זיצן אינדערהיים: „ס׳איז נישט נארמאל איבערצולאזן די ווייב א וואך און זיך אוועקפארן!‟ נאר דער זעלבער ייד וועט אפשר אליין פארן דריי וואכן קיין לאס ווייגאס אדער אנדערע פלעצער — כלומפר’שט פאר „ביזנעס‟ — און ער טוט דארט כל מיני עבירות — און דאס איז ביי אים הונדערט פראצענט אקעי. אבער קיין אומן אויף א פאר טאג — חלילה וחס! נעבעך זיין ווייב…
אבער אין דער אמת׳ן קען מען אים דאך פארשטיין. מן הסתם גייט ער פשוט אויס פאר קנאה און ער וואלט געלאפן אויף אלע פיר, ווען ער קען. עס קען גאר זיין אז זיין בני בית לאזט אים נישט פארן. ווייל ווי קען א ייד נישט זיין אינדערהיים אויף יום טוב? איי, יארן צוריק ווייסן מיר זענען חסידים כסדר געפארן צום רבי׳ן אויף יום טוב? די היינטיגע פרויען זענען שוין קליגער און געטרויען נישט די מענער. און דאס קען מען אוודאי אויך פארשטיין.
אבער פאר די וואס האבן יא די זכי׳ צו פארן, איז דאס א מורא׳דיגע איבערלעבעניש! און איך קען אייך פארזיכערן אז איך האב געזען א גרויסן חילוק אין דער הצלחה פון מיין גוטן מאן אין די יארן וואס ער איז געפֿארן קיין אומאן. ר׳ נחמן׳ס כח און השפעה איז נישט אוועקצומאכן. און נישט קיין וואונדער, אז מע זעט ווי ר׳ נחמן קען צוזאמברענגען אזויפיל סארטן אידן באחדות…
זאלן מיר טאקע אלע דערלעבן, אין זכות פונעם רבי׳ן, צו האבן א כתיבה וחתומה טובה און א גוט געבענטשט יאר.