Through Riki‘s Eyes

אַ ביסל רחמנות אויפֿן כּפּרה־הינדל!

Let's Have Some Compassion for the Kappora Chicken!

פֿון ריקי רויז

  • Print
  • Share Share

ערב יום כיפור איז א מנהג צו „שלאגן כפרות‟. דאס הייסט, א מאן נעמט א האן, און א פרוי נעמט א הינדל, און מ׳דרייט דאס ארום א פאר מאל איבערן קאפ און אזוי גיט מען איבער די עבירות פארן האן/הינדל און דערנאך טראגט מען עס צום שוחט און דאס איז א כפרה פאר די עבירות.

איך קען א ביסל פארשטיין דעם קאנצעפט אז מען נעמט א קרבן פאר די עבירות אבער די וועג וויאזוי מען באהאנדלט דעם קרבן, דער רבו״שע זאל אונז באהיטן! דער האן גיט דאך אוועק זיין לעבן פאר דיינע זינד. א ביסל רחמנות און מיטגעפיל מעג מען נאך האבן צו דעם באשעפעניש. און אפילו דאס רעספעקטירן. א קוש געבן אנשטאט א שטויס! (א סך חסידים פירן זיך ביים סוף צו געבן דעם האן/הינדל א שטויס און זאגן „דיר צום טויט און מיר צום לעבן‟). און בכלל דאס רופן שלאגן כפרות קלינגט זייער בייז. מיר דארפן דאס אנהייבן רופן מקיים זיין כפרות!

עס איז דא נאך א מנהג פון פטור ווערן פון עבירות און דאס איז תשליך! ביי א סך יידן פירט זיך אז מע גייט צו תשליך אום ראש השנה אבער נישט אלע באווייזן עס. קען מען אויכעט גיין עשרת ימי תשובה. מען גייט צום וואסער און מען ווארפט אריין ברעקלעך און מען טרייסלט אפ דאס קלייד און אזוי ווארפט מען אוועק אלע עבירות און וואסער אריין.

פארשטייט זיך אז מען דארף נאך אלץ תשובה טון א חוץ די אלע מנהגים ווייל אז מען טוט אן עבירה קען מען נישט באשולדיגן דאס הינדל אדער די ברעקלעך אין וואסער. עס גייט נישט אזוי, אבער מיר ווייזן כאטש פאר׳ן אויבערשטן אז מיר ווילן זיך אפטרייסלען פון אלע אונזערע שלעכטע מעשים און זיין בעסערע מענטשן. זאלן מיר אלע זוכה זיין צו א זיסן לעכטיגן יאר מיט אלעם גוטן, אמן!