חנה ראָווינאַ, באַקאַנט אין ישׂראל ווי די „ערשטע דאַמע פֿון דער העברעיִשער בינע“, איז געווען אַ גרינדנדיקע מיטגלידין פֿונעם העברעיִשן טעאַטער „הבימה“ פֿון 1917 ביז איר טויט אין 1980. איר ראָלע ווי „לאהלע“ אין ש. אַנסקיס „דיבוק“ איז געווען אַזוי באַרימט, אַז אַ בילד פֿון איר פֿאַרשטעלט ווי לאהלע איז יאָרן־לאַנג געווען דער אָפֿיציעלער עמבלעם פֿון דער טרופּע.
אַ געבוירענע אינעם שטעטל בערעזין, ניט ווײַט פֿון קיִעוו, האָט זי זיך פֿאַרליבט אין דער העברעיִשער שפּראַך און האָט פֿאַרענדיקט אַ קורס אויף צו ווערן אַ לערערין אין אַ וועלטלעכער העברעיִשער שול. מע האָט אָבער באַלד אַנטדעקט אירע טאַלאַנטן ווי אַן אַקטריסע און זי איז געפֿאָרן איבער דער וועלט מיט „הבימה“, ביז די טרופּע האָט זיך אין 1927 באַזעצט אויף אייביק אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ עס ווערט נאָך אַלץ באַטראַכט ווי דער פּרעסטיזשפֿולסטער העברעיִשער טעאַטער.
אפֿשר צוליב אירע אַרומוואַנדערונגען האָט זי זיך געפֿילט אַ געוויסע נאָענטשאַפֿט מיטן פּאָעט איציק מאַנגער, וואָס האָט זיך באַזעצט אין ישׂראל צום סוף פֿון זײַן לעבן. מאַנגער האָט באַשריבן זײַנע אייגענע וואַנדערונגען אין זײַן ליד „כ׳האָב זיך יאָרן געוואַלגערט אין דער פֿרעמד“, וואָס ער האָט אָנגעשריבן קורץ נאָכן באַזעצן זיך אין לאַנד.
צו יענער צײַט איז חנה ראָווינאַ געווען צווישן אַ ריי אָנפֿירנדיקע ישׂראלדיקע פּערזענלעכקייטן, וואָס האָבן פֿאָרגעשטעלט מאַנגערס ווערק אויף ייִדיש פֿאַרן ישׂראלדיקן עולם. די פּרעמיער־מיניסטאָרשע גאָלדע מאיר (וואָס איז אין אירע יונגע יאָרן געווען אַ ייִדיש־לערערקע אין מילוואַקע מיטן נאָמען גאָלדע מאַבאָוויטש), איז, למשל, געגאַנגען אויף עטלעכע קינסטלערישע אָוונטן לכּבֿוד איציק מאַנגער — די ערשטע פּרעמיער־מיניסטאָרשע צו גיין אויף אַ ייִדיש־שפּראַכלעכער פּראָגראַם ווי אַ טייל פֿון איר אַרבעט. אויף איינעם פֿון די אָוונטן האָט מען רעצטיטירט מאַנגערס ליד „כ׳האָב זיך געוואַלגערט אין דער פֿרעמד“, וואָס דער עולם האָט אָנגענומען ווי אַ ציוניסטיש ליד, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס מאַנגער האָט קיינמאָל ניט אויסגעדריקט קיין קלאָרע פּאָליטישע מיינונגען. דאָס ליד איז שפּעטער געוואָרן פּאָפּולער אין ישׂראל אין דער העברעיִשער איבערזעצונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.