קאַראָל טעלערמאַן ז״ל איז אויפֿגעוואַקסן אין לאָדזש, פּוילן, וווּ זי האָט צו 14 יאָר זיך אָנגעשלאָסן אינעם באַקאַנטן ייִדישן כאָר „הזמיר‟. געבוירן געוואָרן אין 1922, האָט זי געהאַט זייער אַ שווערע קינדהייט: איר פֿאָטער איז געשטאָרבן ווען זי איז געווען גאַנץ יונג און איר מאַמע איז געשטאָרבן פֿון ראַק ווען זי איז געווען 14. זי האָט אָפֿט ניט געהאַט קיין געלט אויף שיך.
אינעם „הזימר‟־כאָר (וואָס האָט עקזיסטירט פֿון 1899 ביז 1941), האָט זי זיך אויסגעלערנט צו זינגען קונסט־לידער דורכן קוקן אויף די ליפּן פֿון די אַנדערע זינגער. קיין פֿאָרמעלע וואָקאַלע טרענירונג, ניט אַפֿילו קיין איין לעקציע, האָט זי קיינמאָל ניט באַקומען. ניט געקוקט אויף דעם, איז זי געוואָרן אַן אָפֿטע סאָלאָיִסטקע בײַם כאָר.
אין דער לאָדזשער־געטאָ האָט זי זיך אויסגעלערנט כּתריאל ברױדאָס (1907־1945) ליד „געטאָ‟ פֿון איר קוזין, דעם אַקטיאָר און זינגער אַבֿרהם זיגלבלוים. זײַן ברודער איז געווען דער בונדישער פּאָליטיקער און „סיים‟־מיטגליד — אַרטור „שמואל‟ זיגלבלוים, וואָס האָט זיך גענומען דאָס לעבן אין לאָנדאָן ווי אַ פּראָטעסט קעגן דעם, וואָס די וועלט האָט גאָרניט ניט געטאָן צו העלפֿן די פּוילישע ייִדן בשעתן חורבן.
בעת דער מלחמה האָט קאַראָל פֿאַרלוירן איר איינציק קינד, אַ טאָכטער, פּערל, אָבער זי האָט זיך על־פּי־נס ווידער געטראָפֿן מיט איר מאַן מאָריס נאָך אַ צעשיידונג פֿון פֿיר יאָר. צוזאַמען האָבן זיי זיך באַזעצט אין פֿלאָרידע, וווּ קאַראָל איז געבליבן אַן אַקטיווע זינגערין.
אין 1998 האָט די פּוילישע רעגירונג צוגעטיילט אַ מעדאַל אַרטור „שמואל‟ זיגבלוים, וואָס איז פֿאַר זײַן טויט געווען דער ייִדישער רעפּרעזענטאַנט אין דער פּוילישער גלות־רעגירונג אין לאָנדאָן. אויף דער צערעמאָניע בײַם „נאַציאָנאַלן חורבן־מוזיי‟ אין וואַשינגטאָן האָט קאַראָל טעלערמאַן, צו 75 יאָר, געזונגען אַן אומפֿאַרגעסלעכן נוסח פֿון כּתריאל ברוידאָס „געטאָ‟. איר קענט הערן אַ רעקאָרדירונג פֿון איר אויפֿטריט דאָ
מיט 15 יאָר שפּעטער, אין 2013, האָט קריסטאַ וויטני, די דירעקטאָרשע פֿון דעם „פּראָיעקט פֿון געשיכטע־בעל־פּה‟ בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ געהאַלטן אַן אינטערוויו מיט קאַראָל טעלערמאַן, אין וועלכן זי האָט געזונגען דאָס זעלביקע ליד. צו יענער צײַט איז טעלערמאַנס זכּרון ניט געווען אַזוי גוט און עס האָבן איר אָפֿט געפֿעלט ווערטער און נעמען. אָבער ווען קריסטאַ האָט דערמאָנט דאָס ליד „געטאָ‟, האָט זי עס גלײַך געזונגען אויף אויסנווייניק. כאָטש איר קול איז ווײַט ניט געווען אַזוי שטאַרק ווי עס איז געווען בײַם „חורבן־מוזיי‟ מיט 15 יאָר פֿריִער, איז עס געווען אַ פּרעכטיקן און אומפֿאַרגעסלעכן מאָמענט. מיט אַזאַ עמאָציע און פּאַטאָס קען נאָר זינגען אַ פֿרוי, וואָס האָט אַליין איבערגעלעבט די געטאָ וועגן וועלכער זי זינגט.
קאַראָל טעלערמאַן איז ניפֿטר געוואָרן אין 2015.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.