יאָסקע פֿון דער טאָרהאָוויצע האָט מען אים גערופֿן בלויז צוליב „שיינקייט‟, דער אמתער נאָמען זײַנער איז געווען יאָסקע דער פֿערד גנבֿ, ווײַל אויף דער טאָרהאָוויצע האָט ער ניט איין מאָל פֿאַרקויפֿט אָדער געקויפֿט אַ געגנבֿעט פֿערד, און ער איז אויך ניט אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע, ער איז ריכטיקער, אַנטלאָפֿן, און טאַקע צוליב אַ מיסחר אויף דער טאָרהאָוויצע.
אויף זײַן ווײַב גנענדל האָט כוטשיווקע שוין געקוקט ווי אויף אַן עגונה: יאָסקע פֿון דער טאָרהאָוויצע וועט עס אין זינען האָבן אַ ווײַב! אין אַ צײַט אַרום איז אָבער צו דער „עגונה‟ אָנגעקומען אַ בריוו פֿון אַמעריקע, אַ בילד פֿון יאָסקען אין אַ שוואַרצן פּידזשאַק, אַ האַרטן קאַפּעליוש, מיט אַ זייגער קייטל איבער דער ברוסט; אַ פּאָוויעסטקע אויף געלט, און אַן אָנזאָג אַז אין גיכן וועט ער צושיקן אַ שיפֿסקאַרטע.
פֿון אַן עגונה איז גנעדזל געוואָרן די אַמעריקאַנערקע פֿון שטעטל. זי איז געגאַנגען צו שמשון שרײַבער ער זאָל איר שרײַבן די בריוו און די אַדרעסן צו איר מאַן, און שמשון שרײַבער האָט געלייענט די בריוו פֿון יאָסקען, געשריבן די בריוו צו יאָסקען. „… און זײַ וויסן, מײַן ליבער הויכגעשעצטער געמאַל…‟ און אויך געשריבן און געלייענט דעם ענגלישן אַדרעס צו יאָסקען, וועלכער האָט זיך געפֿונען אין קלעוועלאַנד, אָהיאָ. כושטיווקער לצים האָבן דעם נאָמען גלײַך איבערגעדרייט אויף „קעלעוו־לאַנד‟ און זיך געוויצלט: גאָט שיקט צו דעם הונט זײַן וואַנט… און דעם כּלבֿ זײַן לאַנד, אָבער מאַלע וואָס כושטיווקער לצים האָבן גערעדט, וואָס שמשון שרײַבער האָט געלייענט, געשריבן האָט ער ריכטיק, אָט ווי דער אַדרעס איז אָנגעקומען, קליוולאַנד, אָהײַאָ, די בריוו זײַנע זײַנען אָנגעקומען און איין ענטפֿער אויף זײַנעם אַ בריוו איז געווען אַ שיפֿסקאַרטע פֿאַר גנענדלען.
נאָך אָט דער שיפֿסקאַרטע איז קליוולאַנד, אָהײַאָ, געוואָרן אַ טייל פֿון אַמעריקע, און אַז אַ כושטיווקער איז געפֿאָרן קיין אַמעריקע איז ער ניט געפֿאָרן קיין ניו־יאָרק, באָסטאָן אָדער פֿילאַדעלפֿיע, נאָר קיין קליוולאַנד. און ווען מיט יאָרן שפּעטער האָט דוד פּיניע עטיע־דבֿורהס באַדאַרפֿט אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע איז ער אויך געפֿאָרן קיין קליוולאַנד.
דוד פּיניע עטיע־דבֿורהס האָט זיך גאָרניט אָנגעקערט מיט יאָסקען פֿון דער טאָרהאָוויצע. פֿאַר דער חתונה האָט ער געהייסן דוד דעם חזנס. דער טאַטע זײַנער, שמואל אבא דער חזן, איז ניט געווען פֿון די חזנים פֿאַר וועלכע שטעט האָבן זיך געשלאָגן. קיין שטימע האָט ער ניט געהאַט, דערפֿאַר אָבער אַן אמתער בעל־תּפֿילה, פֿון זײַנעם אַ מוסף האָט מען געקענט צעגיין פֿאַר געוויין, אַזוי האָבן געזאָגט די כושטיווקער ייִדן, און דערפֿאַר האָבן זיי אים געצאָלט אַ גאַנצן פֿינפֿאונצוואַנציקער אַ יאָר. דערצו האָט ער נאָך געהאַט זײַטיקע הכנסות — אַן אל מלא רחמים, אַ ברית, אַ חתונה. דער עמוד און די זײַטיקע הכנסות האָבן אָבער ניט אַרײַנגעבראַכט גענוג אויף צום לעבן, שמואל אבא דער חזן איז געווען אַ בעל־מטופּל מיט אַ ווײַב און פֿינף קינדער, האָט ער נאָך צו דער חזנות פֿריִער אַ ביסל צוגעהאַנדלט, געכאַפּט אַ מאָל אַ מעקלערײַ, מערסטנס אָדער געכאַפּט אַ גמילת־חסד, און שפּעטער צו גאָר גענומען אונטערקנעלן, ניט גענוי אַ מלמד מיט אַ חדר, בלויז אַ פּאָר ייִנגלעך, נגידישע קינדער.
זײַן עלסטער זון, דוד־שמואל אבא דעם חזנס, אָדער ווי ער האָט זיך שוין גערופֿן, דוד כאַזאַנאָוויטש, איז שוין געווען אַן אויפֿגעקלערטער. דאָס יונגע בערדל זײַנס האָט ער יעדן פֿרײַטיק אונטערגעשאָרן לאָזנדיק בלויז אַ סימן פֿון אַ בערדל. ער האָט געלייענט דעם „המליץ‟, וואָס איז אָנגעקומען צו פּיניע עטיע־דבֿורהס, זײַן צוקונפֿטיקן שווער, האָט געשפּילט פֿידל — אַליין זיך אויסגעלערנט —, געחלומט וועגן פֿאָרן קיין פּייטערבאַרג, געשריבן צו דער „חבֿרה מפֿיצי השׂכּלה אַ לאַנגן העברעיִשן בריוו, פֿול מיט מליצה, זיי זאָלן אים העלפֿן זיך אַרויסרײַסן פֿונעם פֿינצטערן, קליינעם שטעטל, אים העלפֿן קומען אין דער הויפּט־שטאָט, דאָס אָרט פֿון ליכט, חכמה און וויסנשאַפֿט. זיי האָבן ניט געענטפֿערט, אַפֿילו אַ קאַרטל ניט אָנגעשריבן. האָט ער זיך אַרומגעדרייט אויפֿן מאַרק, אַרום וואָקזאַל, געחלומט ווערן אַ קאָמיסיאָנער און געוואָרן… פּיניע עטיע דבֿורהס אַן איידעם.
כושטיווקע, דאָס שטעטל פֿון שוסטער, שנײַדער, קירזשנער, מוליאַרעס, סטאָליאַרעס, קרעמער, סוחרים און מעקלער, האָט אַ צײַט לאַנג גערעדט וועגן דעם שידוך. די שנײַדערמיידלעך און שוסטעריונגען האָבן גערעדט וועגן דער ליבע צווישן דוד דעם חזנס און אסתּרקע פּיניע עטיע־דבֿורהס. דוד — דער העלד מיטן שיינעם רוסיאַווען בערדל, מיט די גרויסע, ברוינע אויגן, דער איידעלער יונגער־מאַן וואָס לייענט דעם „המליץ‟, שפּילט פֿידל אַלע שבת־צו־נאַכטס; אסתּרקע — די ראָמאַנטישע פֿאַרליבטע וועמען עס גייט אויס דאָס חיות ווען זי הערט אים שפּילן פֿידל. די סוחרים האָבן זיך געהאַט זייערע השערות: ווײַזט אויס ס׳האַלט גאַנץ שמאָל מיט פּיניע עטיע־דבֿורהס, אַז מע גיט אויס אַ טאָכטער פֿאַרן חזנס זונדל. אמת, די קלייטן, פּיניע עטיע־דבֿורהס קלייטן אין מיטן מאַרק, שטייען ווי פֿריִער, עטיע־דבֿורה גייט נאָך אַלע אין דער פֿרי אַרויס מיטן בינט שליסל אין איר שניטקראָם; די טאָכטער, אסתּרקע, איז ניט אַזאַ יפֿת־תּואר און האַלט שוין ניט ווײַט פֿון שלושים, מע מוז פֿון איר פּטור ווערן כּדי אַנדערע טעכטער, נאָך דרײַ, זאָלן זיי געזונט און שטאַרק זײַן, זאָלן קענען חתונה האָבן, פֿונדעסטוועגן ווען עס זאָל זײַן דער אמתער נדן וואָלט עטיע־דבֿורה ניט געטאָן דעם שידוך. ווײַזט אויס אַז דער אמתער נדן איז ניטאָ.
ווער פֿון די כושטיווקער איז געווען גערעכט איז ניט זיכער, דער שידוך איז אָבער זיכער געווען אַ שידוך, אַ חתונה האָט מען געפּראַוועט ווי עס פּאַסט זיך פֿאַר פּיניע עטיע דבֿורהס, און דוד דעם חזנס איז געוואָרן דוד פּיניע עטיע־דבֿורהס.
אַ יאָר צײַט איז ער געזעסן אויף קעסט, זיך געדרייט, ווי פֿריִער, אויפֿן מאַרק, בײַם וואָקזאַל, אָבער אויך אַרײַנגעקוקט צו שווער און שוויגער אין שניטקראָם און נאָכן יאָר, נאָך דעם ווי עטיע־דבֿורה האָט געקראָגן דעם ערשטן אייניקל, האָט זי אַרײַנגעזעצט איר איידעם אין אַן אייגענער שניטקראָם, אַ קלענערע פֿון אירער און ניט פּונקט אינמיטן מאַרק, אָבער אַ שניטקראָם מיט ציץ, מולטאַן, פֿלאַנעל, קאָרט און אַפֿילו געוואַנט און — צי פּרנסה פֿאַר זיך מיט ווײַב און קינד.
כושטיווקער סוחרים האָבן ווידער גערעדט: אַ פּנים מע לאַדעט ניט. אַ קראָם פֿאַר זיך, און פֿון הויז זיך אַרויסגעקליבן, אייניקע האָבן אַפֿילו אונטערגעלאַכט: אָץ אַ סוחר, דץ אַ קרעמער! אָבער דוד, פּיניע עטיע־דבֿורהס איידעם, איז געשטאַנען אין קראָם, שבת און יום־טובֿ געגאַנגען צו גאַסט צו שווער און שוויגער און אויך צו טאַטע־מאַמע, אַ מאָל אַ שבת צו נאַכטס געשפּילט פֿידל אויך, געפֿאָרן מיטן שווער נאָך סחורה, נאָך דעם שוין אַליין געפֿאָרן, געפֿירט די קראָם איינער אַליין, און נאָכן ערשטן קינד, יעדע צוויי יאָר געפּראַוועט אַ ברית.
פֿיר בריתן האָט דוד פּיניע עטיע־דבֿורהס געפּראַוועט; חיים, ברוך, שלום און מלך. די משפּחה איז געוואַקסן, געוואַקסן אויך די הוצאָות, אָבער די קראָם איז ניט געוואַקסן. פֿאַרקערט. כושטיווקער סוחרים וואָס האָבן זיך אָפּגעשטעלט לעבן דודס קראָם כאַפּן מיט אים אַ שמועס — קיין צו פֿיל קונים זײַנען ניט אַרײַנגעקומען — און האָבן בלויז געכאַפּט אַ קוק אויף די פּאָליצעס, האָבן גערעדט אַז בײַ דודן אויף די פּאָליצעס איז דאָ גענוג פּלאַץ פֿאַר נאָך אַ שניטקראָם, די מחיה, ווײַזט אויס, שעפּיטיעט ניט. און די כושטיווקער סוחרים האָבן געהאַט שאַרפֿע אויגן. ווען די זעלבע כושטיווקער סוחרים האָבן איין מאָל דערזען ווי עטיע־דבֿורה גייט אין מיטן העלן טאָג אַריבער צו איר איידעם אין קראָם האָבן זיי דערשמעקט אַז עפּעס טוט זיך דאָרט. און כושטיווקער סוחרים האָבן געהאַט אַ גוטן חוש הריח.
אין גיכן נאָך דער שוויגערס באַזוך אין מיטן העלן טאָג איז אויף דוד פּיניע עטיע־דבֿורהס קראָם געהאַנגען אַ שלאָס. אייניקע כושטיווקער סוחרים האָבן גערעדט מיט זיכערקייט אַז דוד האָט זיך געשטעלט, פּשוט אָנגעזעצט, מע וואָלט אים באַדאַרפֿט אַוועקשטעלן אַ ווײַס פֿערד בײַ דער טיר, אַנדערע האָבן באַוויזן אַז ס׳הייבט זיך ניט אָן, ער האָט ניט געקענט זיך שטעלן: וואָס מיינסטו, וואָס? דוד וועט ניט צאָלן קיין וועקסלען און עטיע־דבֿורה וועט האַלטן אָפֿן איר קראָם?
— פֿאַרלאָזט זיך אויף עטיע־דבֿורהן! — האָבן די ווייסער געענטפֿערט.
און אויף עטיע־דבֿורהן האָט מען זיך געקענט פֿאַרלאָזן. צי זי האָט געצאָלט דעם איידעמס וועקסלען האָבן די סוחרים זיך טאַקע ניט דערוואַרט, אָבער גאַנץ כושטיווקע איז מיט אַ מאָל געווויר געוואָרן, אַז דוד פּיניע עטיע־דבֿורהס מיטן ווײַב, מיט די פֿיר קינדער זײַנען אַוועקגעפֿאָרן, אַנטלאָפֿן קיין אַמעריקע.
און אַוועקגעפֿאָרן זײַנען זיי קיין קליוולאַנד, אין דער שטאָט וווּהין יאָסקע פֿון דער טאָרהאָוויצע איז אַ מאָל מיט יאָרן צוריק פֿאַרפֿאָרן, וווּהין כושטיווקע איז פֿון דאַן אָן געפֿאָרן. ניט אומזיסט זאָגט מען: גיב דעם טײַוול אַ פֿינגער, נעמט ער די גאַנצע האַנט.
פֿונעם ראָמאַן „דור הפֿלגה‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.