לילקע מײַזנער (1921־2009) איז יאָרן־לאַנג געווען בײַם סאַמע־שפּיץ פֿון דער ייִדישער קולטור־וועלט אין לאָס־אַנדזשעלעס. אַ געבוירענע אין לאָדזש, איז זי אויפֿגעוואַקסן אין אַ בונדיסטישער היים און האָט פֿאַרענדיקט עטלעכע נאָוואַטאָרישע ייִדיש־שפּראַכלעכע שולן פֿאַרבונדן מיט דער באַוועגונג, אַרײַנגערעכנט די באַרימטע „מעדעם־שול‟.
בעת די מלחמה־יאָרן האָט זי איבערגעלעבט זעקס קאָנצענטראַציע־לאַגערן, בתוכם אוישוויץ. איר צײַט אינעם טרויעריק־באַרימטן אומברענג־לאַגער ווערט געשילדערט אינעם באַקאַנטן דאָקומענטאַר־פֿילם „שווימענדיק אין אוישוויץ‟, וואָס מע האָט טראַנסמיטירט אויף דער אַמעריקאַנער טעלעוויזיע־נעץ PBS. (דער פֿילם איז, דרך־אַגבֿ, איינער פֿון די סאַמע־בעסטע דאָקומענטאַר־פֿילמען וועגן דעם לאַגער און כּמעט דער איינציקער, וואָס פֿאָקוסירט זיך אויף די איבערלעבונגען פֿון פֿרויען).
נאָך דער מלחמה האָט זי זיך באַזעצט אין דעטרויט, מישיגען, וווּ זי האָט געקראָגן אַ מאַגיסטער אין קינדער־דערציִונג. אין 1955 האָט מײַזנער זיך באַזעצט אין לאָס־אַנדזשעלעס, וווּ זי איז געוואָרן אַקטיוו אין אַ ריי ייִדישע קולטורעלע אָרגאַניזאַציעס. נאָך אירע טעטיקייטן דאָרטן, איבערהויפּט מיטן אָרטיקן ייִדישן קולטור־קלוב און דעם זשורנאַל „חשבון‟, האָט מען אויך אָפֿט געדרוקט אירע אַרטיקלען אינעם „פֿאָרווערטס‟. נאָך דעם וואָס די ייִדיש־רעדנדיקע אָרגאַניזאַציעס וואָס זענען באַשטאַנען פֿון ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה זענען געוואָרן ווייניקער אַקטיוו, איז זי ווײַטער אָנגעגאַנגען מיט איר אַרבעט לטובֿת ייִדיש ווי מיטגלידין פֿון דער עקזעקוטיווע פֿון „ייִדישקייט־לאָס־אַנדזשעלעס‟ און „דער קאַליפֿאָרניער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך און קולטור‟. פֿאַר די צוויי אָרגאַניזאַציעס האָט זי געדינט ווי אַ בריק צווישן דער אַמאָליקער בונדישער סבֿיבֿה פֿון מיזרח־אייראָפּע און די גאָר־אַנדערע קולטורעלע באַדינגונען, אין וועלכע די ייִנגערע אַמעריקאַנער־געבוירענע ייִדישיסטן האָבן זיך געפֿונען.
מירי קאָראַל, די דירעקטאָרשע פֿונעם „קאַליפֿאָרניער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער קולטור און שפּראַך‟, האָט געמאַכט אַ סעריע אינטערוויוען מיט איר ווי אַ טייל פֿון אַ פּראָיעקט צו פֿאַראייביקן די זכרונות פֿון די לאָס־אַנדזשעלעסער ייִדישיסטישע כּלל־טוער פֿונעם עלטערן דור. לעצטנס האָט זי אַרויפֿגעשטעלט דעם דאָזיקן שטיקל פֿילם, אין וועלכן מײַזנער רעדט וועגן איר דערציִונג אין די בונדיסטישע שולן און ווי אַזוי זיי האָבן אויפֿן גאַנצן לעבן משפּיע געווען אויף איר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.