Oyneg Shabes

ייִדישקייט

Judaism

פֿון יוסף אָפּאַטאָשו

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

דאָקטאָר אַבולאַפֿיע, דער הויפּט־ראַבאַי פֿון דער ספֿרדישער קהילה „נווה־שלום‟, איז אַ גאַנצן פֿרימאָרגן געווען שלעכט אויפֿגעלייגט. דער זעכציק־יעריקער אַבולאַפֿיע האָט זיך שטענדיק איבערגענומען, אַז ער גייט אין זײַן זיידנס דרכים, אין זײַן פֿאָטערס דרכים. דער זיידע, דער טאַטע — אַמסטערדאַמער רבנים — האָבן געקענט שטעלן אויף זיך. זיי האָבן קיין מאָל נישט דערלאָזט, אַז אַ קריסט, צי אַ קריסטין, זאָלן צוליב אַ שידוך, צוליב אַ ליבע, ווערן ייִדן.

אַזוי האָט זיך אויך ראַבאַי אַבולאַפֿיע געפֿירט אין ניו־יאָרק. שוין דרײַסיק יאָר אַז ער איז רבֿ אין „נווה־שלום‟. נישט איין קריסט, נישט איין קריסטין, איז געקומען צו אים ער זאָל זיי מגייר זײַן. און ווי נאָר אַבולאַפֿיע האָט זיך אָנגעשטויסן, אַז דאָס מגייר־זײַן האָט צו טאָן מיט אַ שידוך, איז ער געווען אַ גרויסער מחמיר. ער האָט אַזוינע גרים געלייגט שוועריקייטן, זיי אָפּגערעדט פֿון ייִדישקייט. און אַז ס׳האָט נישט געהאָלפֿן, האָט ער פֿאַרבעטן צו זיך אַ גלח, און אין איינעם, דער רבֿ מיטן גלח, האָבן שוין געפּועלט ס׳זאָל פֿון אַזוינע שידוכים גאָרנישט ווערן. און אַז ס׳האָט אַלץ נישט געהאָלפֿן, האָט אַבולאַפֿיע, ווי שמאַי, געיאָגט די גרים פֿון זיך.

ס׳איז געווען אַ פֿרײַטיק פֿאַרנאַכט. דער ראַבאַי איז פֿאַרטיק געוואָרן מיטן שיר־השירים. ער האָט זיך אָנגעטאָן די שבתדיקע מלבושים און איז גרייט געווען צו גיין אין שיל אַרײַן. דערווײַל איז ער אַרײַן אין בית־דין־שטוב און האָט זיך געזעצט איבער אַן אָפֿענעם „יורה־דעה‟. ער האָט בלויז געוואַרט די רביצין זאָל ליכט בענטשן.

ס׳נעגערישע דינסטמיידל האָט אים געלאָזט וויסן, אַז מיסטער ביזשור וויל אים זען. ראַבאַי אַבולאַפֿיע האָט איר גלײַך נישט געענטפֿערט. אין אַ רגע האָט זיך פֿאַר זײַנע אויגן פֿאַרבײַגעטראָגן אַ לעבן — דער אַלטער ביזשור, וואָס האָט אויסגעבויט די שיל, איז שוין ס׳צווייטע יאָר געווען טויט. ער האָט איבערגעלאָזט אַ בן־יחיד. דער זון, הענרי, וואָס איז געגאַנגען אין פֿאָטערס וועגן, איז געווען פֿון די אָנגעזעענסטע מיטגלידער אין אַבולאַפֿיעס קהילה. ווי קומט ער אָבער איצט אַהער, ווען מע גייט ליכט בענטשן? דער רבֿ האָט זיך געייִשובֿט — זאָל ער אים אַנטקעגנגיין? בלויז דערפֿאַר וואָס הענרי איז רײַך? ער איז געבליבן זיצן.

ביזשור האָט געעפֿנט די בית־דין־שטוב־טיר און אַליין האָט ער זיך אַוועקגעשטעלט אין אַ פּאָזע, ווי ער וואָלט עמעצן אַרײַנגעלאָזט. ס׳איז אַרײַן אַ געוויקסיק מיידל. זי איז געווען שיין, גאָר שיין. אויגן — טונקעלע, האָר — רויטע. דער רבֿ האָט זיך אויפֿגעשטעלט. ביזשור האָט מיט דער רעכטער האַנט זיך באַגריסט מיטן רבֿ און מיט דער לינקער האַנט פֿאָרגעשטעלט ס׳מיידל:

— דאָס איז אונדזער רבֿ, דאָקטאָר אַבולאַפֿיע, און דאָס איז מיס העלען מור.

מיס מור האָט אַ קוק געטאָן אויפֿן גרוילעכן ראַבאַי. זי האָט געוויזן אויפֿן צעעפֿנטן „יורה־דעה‟ און ס׳קול האָט בײַ איר געציטערט:

— כ׳בין געקומען זיך רעגיסטרירן, דאָקטאָר אַבולאַפֿיע. כ׳וויל ווערן אַ ייִדישע טאָכטער.

זי האָט זיך פֿאַררייטלט. אַבולאַפֿיע האָט געשמייכלט. ער האָט אַ בלעטער געטאָן דעם „יורה־דעה‟, אויפֿגעמישט ס׳לעצטע זײַטל און איר געוויזן:

— נישטאָ וווּ צו רעגיסטרירן זיך, טאָכטער, ס׳בוך איז אין גאַנצן שוין פֿאַרשריבן.

דער רבֿ האָט אַרויסגערוקט איין שטול, אַ צווייטע. ער האָט אַוועקגעזעצט די געסט און אַליין האָט ער אָנגעשטעלט אַן אויער, ווי ער וואָלט געזאָגט:

— וואָס וועט איר זאָגן גוטס?

ס׳איז געווען אַ געוויינטלעכע געשיכטע. דער פֿינף־און־צוואַנציק יעריקער ביזשור האָט זיך פֿאַרליבט אין זײַן סעקרעטאַרין — אַ קאַטויליש שיקסל פֿון אַ יאָר צוואַנציק. ביידע זײַנען געווען גליקלעך. הענרי האָט אָבער געהאַט צוגעזאָגט דעם פֿאָטער, אַז ער וועט נישט חתונה האָבן מיט קיין קריסטין. און אויב יאָ — זאָל זי זיך מגייר זײַן. הענרי האָט עס איר געזאָגט. העלען האָט זיך אַפֿילו נישט פֿאַרטראַכט וואָס הענרי זאָגט, ווײַל אַלץ וואָס הענרי האָט געזאָגט איז בײַ איר געווען הייליק. ביידע זײַנען געקומען צום רבֿ ער זאָל אָט שוין מגייר זײַן העלענען.

ראַבאַי אַבולאַפֿיע האָט זיך צוגעהערט צו די צוויי יונגע מענטשן און געשמייכלט. דאָס איז בלויז געווען אויבנאויף. טיף אין האַרצן האָט בײַ אים געשיפּעט אַ פֿאַרדרוס. ער איז געווען בייז אויף זיך אַליין, געווען בייז פֿאַר וואָס ער איז נישט אויפֿריכטיק, פֿאַר וואָס ער זאָגט נישט דעם פּאָרל, אַז צוליב אַ שידוך טאָר מען נישט, לויטן ייִדישן דין, זיך מגייר זײַן. אַז מע בענקט נאָכן ייִדישן גאָט, מע וויל אים דינען מיט האַרץ, מיטן גאַנצן לײַב און לעבן, דעמאָלט איז מען זיך מגייר. ליבע, שידוך — דאָס דאַרף קומען דערנאָך.

אַבולאַפֿיע האָט עס אָבער נישט געזאָגט. ער האָט כּלאַחר־יד זי אַ פֿרעג געטאָן, צי אירע עלטערן ווייסן, אַז זי גייט זיך מגייר זײַן און צי זיי זײַנען מסכּים. וואָס הייסט צי זיי זײַנען מסכּים? זיי זײַנען פּונקט אַזוי פֿאַרליבט אין הענרין, ווי העלען.

דער רבֿ האָט אַ ווײַל געשוויגן. ער האָט זיך נאָך אַלץ געייִשובֿט, וואָס ער זאָל דאָ טאָן. און אַז זײַן בליק איז געפֿאַלן אויפֿן צעשטראַלטן ביזשור, וואָס איז געשטאַנען איבערן שיקסל און האָט געציטערט, איז אים קלאָר געוואָרן, אַז דאָס מאָל וועט ער, אַבולאַפֿיע, דער רבֿ פֿון „נווה־שלום‟, גאָרנישט אויספֿירן. דער רבֿ האָט אַ וויש געטאָן מיט אַ האַנט אין די אויגן, זיך אַ שטעל געטאָן און געהאַט אַ מינע, ווי ער וואָלט אַריבער פֿון איין וועלט אין אַ צווייטער. ער האָט זיך אַ קער געטאָן צו העלענען:

— איר ווילט דווקא ווערן מײַנס אַ תּלמידה?

— יאָ, ראַבאַי.

— נו, גוט. וואָס האָבן מיר הײַנט? פֿרײַטיק? מאָנטיק וועלן מיר האָבן די ערשטע לעקציע אין ייִדישקייט.

— וויפֿל לעקציעס וועל איך דאַרפֿן נעמען?

— ס׳ווענדט זיך אָן אײַך, מיס מור — האָט דער רבֿ זיך געשטאַרקט צו זײַן גוט צו דער פֿרעמדער — איר דאַרפֿט קענען די עיקרים פֿון ייִדישקייט. איר דאַרפֿט דורכגיין מיט מיר, אויב נישט די גאַנצע ביבל, איז כאָטש די תּורה. איר דאַרפֿט זיך אויסלערנען דאַוונען. אַזאַ „קורס‟ געדויערט געוויינטלעך דרײַ חדשים.

— דרײַ חדשים? — האָט העלען געמאַכט אַ מינע, ווי זי גייט זיך פֿונאַנדערוויינען.

ביזשור האָט זי געטרייסט, פֿאַרזיכערט די געליבטע, אַז מע וועט בײַם רבֿ אָפּדינען עטלעכע וואָכן. זי איז קריק געוואָרן גליקלעך.

דער רבֿ האָט געהאַט אַ פֿאַרשטערטן שבת. וואָס נעמט ער זיך איבער, אַז ער גייט אין זיידעס און פֿאָטערס דרכים, ווען אין אמתן איז ער אַן עבֿר־כּנעני, טוט דאָס וואָס דער רײַכער ביוזשיר הייסט אים.

אַבולאַפֿיע האָט נקמה גענומען, געזען אַז די לעקציעס מיט העלענען, זאָלן זײַן אַ גיהנום פֿאַרן מיידל. באַלד, ביז דער ערשטער לעקציע, האָט דער ראַבאַי אָנגעוואָרפֿן אַ באַרג מיט שוועריקייטן. און אַז העלען האָט אים פֿאַרזיכערט, אַז זי וועט די אַלע שוועריקייטן בײַקומען, זי איז אַ מיידל אַ „ספּאָרט‟, טרײַבט אַליין אַן אויטאָמאָביל, שווימט, גייט אויף געיעג, האָט דער רבֿ אויף איר געעפֿנט אַ פּאָר פֿאַרחידושטקע אויגן, זי געפֿרעגט:

— וואָס פֿאַר אַ שײַכות האָט ייִדישקייט מיט ספּאָרט?

— ס׳האָט.

— למשל?

העלען ווייס ווי ס׳גייט צו בײַם מגייר זײַן זיך. זי ווייס די גאַנצע צערעמאָניע. מע שטעלט אַוועק יעזוסעס אַ בילד, און די וואָס איז זיך מגייר, דאַרף מיט איין קלאַפּ דורכלעכערן יעזוסעס בילד.

דער רבֿ האָט זיך אַ כאַפּ געטאָן מיט ביידע הענט פֿאַרן קאָפּ. די אויגן, די ליפּן — אַלץ האָט זיך געקאָרטשעט, ווי ער וואָלט געליטן יסורים, ס׳קול זײַנס איז געווען דורכגעזאַפּט מיט געבעט, מע זאָל אים גלייבן:

— ס׳איז אַ בילבול, ס׳איז אַ מיאוסער בילבל, העלען. נישט דאָס איז ייִדישקייט. און ייִדן האָבן דאָס קיין מאָל נישט געטאָן, טוען עס נישט און וועלן עס נישט טאָן.

יענעם מאָנטיק האָט דער רבֿ לאַנג אַרײַנגערעדט אין העלענען. ער האָט גערעדט מיט האַרץ, מיט ווייטיק, אַז ס׳מיידל איז אַהיימגעקומען מיט פֿאַרוויינטע אויגן.

און דאָס האָט זיך איבערגעחזרט בײַ יעדער לעקציע. דער זעכציק־יעריקער אַבולאַפֿיע האָט נקמה גענומען פֿאַר זײַן נאָכגיביקייט, פֿאַר זײַן שוואַכקייט נישט צו קענען שטעלן אויף זיך, פֿאַר די נאַרישע בילבולים, וואָס מע טראַכט אויס אויף ייִדן.

די לעקציעס זײַנען פֿאַר העלענען געווען אַן אָפּקומעניש. זי האָט געחלומט מיט פֿרייד, און דאָ — שטראָף און יסורים. און אַז דער טאָג פֿון מגייר־זײַן האָט זיך אָנגערוקט, איז העלען אין גאַנצן געווען אַ צעטומלטע — אַזוי פֿיל עבֿירות, אַזוי פֿיל חטאָים, ווי וועט זי דאָס אַריבערטראָגן?

ראַבאַי אַבולאַפֿיע, זײַנע צוויי אַרויספהעלפֿער, דער שמשׂ — אַלע אין שבתדיקע מלבושים, זײַנען געווען אין פֿאָדערשטוב פֿון דער קליינער מיקווה. אויף אַ זילבענער טאַץ — לעקעך און בראָנפֿן. אַבולאַפֿיע האָט צוגעגרייט פּאַפּירן.

ער האָט זיך געטראָגן פֿון איין ווינקל אין צווייטן, איז געווען צערודערט, ווי העלען וואָלט זיך נישט מגייר געווען, נאָר זי וואָלט געגאַנגען צו קינד.

פֿון איבער דער פֿאַרמאַכטער טיר האָבן זיך דערטראָגן אָפּגעהאַקטע ווערטער. דאָס האָט די רביצין מיט אירע אַרויסהעלפֿערינס אויסגעטאָן העלענען, זי צוגעגרייט צו דער טבֿילה. און ווי העלען, אַ צעטומלטע, אַ פֿאַרשעמטע, וואָס שטייט אַ נאַקעטע פֿאַר ווילד־פֿרעמדע ווײַבער, איז אַרײַן אין דער קילער מיקווה, האָבן הענט און פֿיס בײַ איר גענומען ציטערן. די רביצין האָט קאָמאַנדעוועט:

— מאַכט די ברכה! טונקט אײַך אונטער!

העלען האָט זיך צוגעזעצט, זיך געוואָלט אונטערטונקען, און איז געבליבן אין וואַסער ביז צו דער גאָמבע. זי האָט זיך צעשריגן: „דזשיזוס קרײַסט!‟ — און אַ בלייכע זיך אונטערגעטונקט.

ס׳איז געוואָרן אַ טומל. די רביצין איז אַרײַן צו די מאַנצבילן מיט אַ שאלה!

— אַזוי און אַזוי — וואָס טוט מען?

ראַבאַי אַבולאַפֿיע האָט פֿאַרמאַכט די אויגן, ער זאָל זיך ניט באַגעגענען מיט ביזשורס בליק און געשטעלט אויף זיך:

— העלען וועט נאָך דאַרפֿן לערנען ייִדישקייט.

1948