עס איז גאַנץ נאַטירלעך, אַז בײַ די ייִדן געדענקט מען גיכער דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ איידער דעם גרעסערן וואַרשעווער אויפֿשטאַנד, וואָס איז פֿאָרגעקומען מיט אַ יאָר שפּעטער.
דער וואַרשעווער אויפֿשטאַנד פֿון 1944 איז אָבער אויך געווען אַ וויכטיקער מאָמענט סײַ אין דער פּויליש־ייִדישער געשיכטע, סײַ אין דער געשיכטע פֿונעם חורבן. אינעם ווידערשטאַנד האָבן אָנטייל גענומען אַ סך פֿון די קעמפֿער, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם ווידערשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. דער פּוילישער אויפֿשטאַנד האָט אויך, אומבכּיוונדיק, גורם געווען דעם טויט פֿון אַ סך ייִדן, ווײַל די דײַטשן זענען צוליב אים אַרײַן אין די דירות אויף דער אַרישער זײַט פֿון שטאָט און האָבן דאָרטן געפֿונען אַ סך ייִדן, וואָס האָבן זיך במשך פֿון עטלעכע יאָרן באַהאַלטן בײַ פּאָליאַקן.
די וואַרשעווער אײַנוווינער האָבן באַצאָלט אַ שוידערלעכן פּרײַז פֿאַרן אויפֿשטאַנד. אַחוץ די מער ווי 16,000 אויפֿשטענדלער וואָס זענען געפֿאַלן אין קאַמף, האָבן די נאַציס אויסגעשאָסן איבער 150,000 ציווילע־לײַט ווי אַ שטראָף קעגן דעם פּוילישן פֿאָלק. דערצו זענען 25% פֿון די בנינים אין שטאָט באָמבאַרדירט געוואָרן און די דײַטשן האָבן נאָך דער מפּלה פֿון די פּוילישע אויפֿשטענדלער חרובֿ געמאַכט ס׳רובֿ פֿון די בנינים, וואָס זענען שטיין געבליבן. מיליטערישע עקספּערטן האַלטן, אַז ווען די סאָוועטישע און אַמעריקאַנער רעגירונגען וואָלטן געהאָלפֿן די אויפֿשטענדלער, וואָלט דער רעזולטאַט פֿונעם אויפֿשטאַנד געווען אין גאַנצן אַן אַנדערער.
לזכר דעם 72סטן יאָרצײַט פֿונעם וואַרשעווער אויפֿשטאַנד שטעלן מיר פֿאָר אַ פּרעכטיקן נוסח פֿון איציק מאַנגערס ליד „אונטער די חורבֿות פֿון פּוילן‟ געזונגען פֿון דניאל קאַהן און ניני דזשייקאָבס. דאָס ליד האָט קאַהן אַרויסגעלאָזט ווי אַ טייל פֿונעם אַלבאָם „דאָס צעבראָכענע לשון‟ אין 2006. די מוזיק צום ליד האָט געשאַפֿן דער פּויליש־ייִדישער קאָמפּאָזיטאָר שאול באַרזאָווסקי. דעם טעקסט האָט איציק מאַנגער אָנגעשריבן אין נאָוועמבער 1939, מיינענדיק אַז זײַן געליבטע, די זשורנאַליסטקע רחל אויערבאַך, איז שוין געהאַט אומגעבראַכט געוואָרן. ווי עס האָט זיך אויסגעוויזן, האָט זי יאָ איבערגעלעבט די מלחמה, זײַענדיק איינע פֿון די דרײַ אָנפֿירער פֿונעם אונטערערדישן „עונג־שבת־אַרכיוו‟, וואָס איז געבליבן לעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.