Oyneg Shabes

איטשע בידערמאַנס בוכגעשעפֿט

Itche Biderman's Bookstore

פֿון כאַווער־פּאַווער

  • Print
  • Share Share

פּונקט לעבן קאַפֿע „ראָיאַל‟, די דריטע טיר איז געווען איטשע בידערמאַנס קראָם פֿון ייִדישע ביכער. און איטשע בידערמאַנס קראָם פֿון ייִדישע ביכער איז, „דאַנקען גאָט‟, שטענדיק געווען פֿול, און נישט חס־וחלילה מיט קונים, נאָר מיט ייִדישע שרײַבער. לצים האָבן געזאָגט, אַז איטשע בידערמאַן, אַליין אַ ייִדישער שרײַבער, האָט אומיסטנע אויפֿגעעפֿנט זײַן בוכגעשעפֿט לעבן קאַפֿע „ראָיאַל‟, כּדי ס׳זאָל אים כאָטש נישט זײַן אומעטיק. כּמעט יעדער ייִדישער שרײַבער גייענדיק אין קאַפֿע „ראָיאַל‟, האָט געמוזט זיך אַרײַנכאַפּן פֿריִער אין זײַן קראָם, אַ קוק טאָן, וואָס ס׳טוט זיך דאָרטן. ווען נישט די שרײַבער גייענדיק אין קאַפֿע „ראָיאַל‟, וואָלט אים טאַקע געווען זייער אומעטיק. דער קונה פֿון ייִדישן בוך איז זעלטן געקומען. בידערמאַן האָט באָדאַי אויך אַרײַנגענומען ענגלישע ביכער, אַז די ענגלישע ביכער זאָלן אים העלפֿן אויסהאַלטן די ייִדישע ביכער. האָבן זיי טאַקע אַ ביסל אויסגעהאַלטן…

אָפֿט מאָל האָט זיך גרשונען אויסגעדאַכט, אַז די ייִדישע שרײַבער זענען אים געקומען העלפֿן וואַרטן אויפֿן קונה פֿון ייִדישן בוך. אַז אַזאַ קונה איז יאָ געקומען האָט די זעלביקע דערוואַרטונג: „אפֿשר וועט ער קויפֿן‟, וואָס האָט זיך באַוויזן אין בידערמאַנס אויגן, זיך אויך באַוויזן אין די אויגן פֿון די ייִדישע שרײַבער. ווי פֿאַרטיפֿט די שרײַבער זענען צווישן זיך פֿריִער נישט געווען אין אַ געשפּרעך, ווי הייס מע זאָל זיך פֿריִער נישט געווען זיך אַמפּערן, אַז ס׳איז אַרײַנגעקומען דער דאָזיקער מעגלעכער קונה איז מיט אַ מאָל געוואָרן שטיל. אַלע האָבן אים נאָכגעקוקט. אַלע האָבן אונטערגעהערט אויף וועלכן ייִדישן בוך דער קונה פֿרעגט זיך נאָך. אַלע זענען געווען בלוטיק פֿאַראינטערעסירט, ער זאָל עפּעס געבן צו לייזן…

פֿאַר ביכער פֿון פּאָעזיע איז זעלטן געווען אַ קונה. און אַז ס׳האָט זיך איין מאָל אין אַ שמיטה אַזאַ קונה יאָ באַוויזן, האָט מען אים חושד געווען, אַז ער איז אַ דעקלאַמאַטאָר. דאָס הייסט אַזעלכער, וואָס האָט ליב אַרויסצוטרעטן פֿאַר זײַן קלוב צי פֿאַר זײַן אָרדן־צווײַג און דעקלאַמירן אַ ליד. נאָכגעפֿרעגט האָט זיך אַזאַ קונה געוויינטלעך אויף מאָריס ראָזענפֿעלדס צי באָוושאָווערס לידער. ס׳פֿלעגן זיך אויך אַרײַנכאַפּן ייִדישע אַקטיאָרן און גענישטערט צווישן די ביכער פֿון פּאָעזיע. פֿאַר אַ ייִדישן אַקטיאָר עפּעס אַ גוט ליד האָט געמיינט פּרנסה.

יוסף בולאָוו, פֿון דער ווילנער טרופּע, דער וווּנדערלעכער פֿאָרלייענער, איז יאָרן און יאָרן אויפֿגעטראָטן מיט גרויס דערפֿאָלג אין אַ. לוצקיס אַ פּאָעמע „אויפֿן באַן‟, האָט זי, דאַכט זיך, געהייסן. און נח נאַכבוש, אויך פֿון דער ווילנער טרופּע, איז יאָרן און יאָרן אויפֿגעטראָטן אין יעקבֿ גלאַטשטיינס אַ פּאָעמע „יאָסל לאָקש פֿון כעלעם‟ (און אפֿשר האָט זי געהייסן אַנדערש, אָבער ס׳האָט געהאַט צו טאָן מיט כעלעם). נאַכבוש האָט אַליין געשאַפֿן אַ ספּעציעלן ניגון צו דעם און די פּאָעמע האָט געוואַלדיק אויסגענומען. גרשון האָט זי געהערט נאָך אַ מאָל און נאָך אַ מאָל און נאָך אַ מאָל, און שטענדיק געווען פֿאַרכאַפּט…

געווען זענען אין איטשע בידערמאַנס בוכגעשעפֿט צוויי אָפּגעקראָכענע, מיט שוואַרצן לעדער באַשלאָגענע שטולן. אויף איינער איז געזעסן דער באַבײַכלטער קײַלעכדיקער בידערמאַן אַליין פֿאַר זײַן ביוראָטיש; אויף דער צווייטער — ווער ס׳האָט דער ערשטער פֿאַרכאַפּט. בידערמאַן וואָלט מסתּמא אַנידערגעשטעלט נאָך שטולן, אָבער ס׳איז נישט געווען וווּ אין דער שמאָלער, לענגלעכער, ענגער קראָם און מע האָט געמוזט שטיין. ס׳איז אַ ביסל געווען שווער צו שטיין, אָבער מע איז געשטאַנען, אָנגעשפּאַרט אין ביוראָטיש, אָנגעשפּאַרט אין גרויסן טיש, וווּ ס׳זענען געווען צעלייגט די פֿאַרשיידענע ליטעראַרישע, וועכנטלעכע, מאָנאַטלעכע און דרײַ־מאָנאַטלעכע זשורנאַלן.

משה פּאַריזשער, כאָטש ער איז נישט געווען קיין שרײַבער, איז אויך דאָרטן איבערגעלעגן. די ייִדישע שרײַבער האָבן איבער אים געציטערט, ווי אַ מאַמע איבער איר בן־יחיד. ער איז טאַקע געווען אַ בן־יחיד, דאָס הייסט, כּמעט דער איינציקער און שטענדיקער קונה פֿון אַבסאָלוט יעדן ייִדישן בוך, וואָס איז נאָר אַרויס. גאָרנישט קיין פֿאַרמעגלעכער, אַ שאַפּ־אַרבעטער, דאַכט זיך אָבער רופֿט נאָר אָן אַ וועלכן ייִדישן בוך איר ווילט, וועט איר אים געפֿינען אין זײַן פּריוואַטער ביבליאָטעק. און זײַן פּריוואַטע ביבליאָטעק אין זײַן נישט גאָר געראַמער דירה ערגעץ אין די בראָנקס, האָט זיך געציילט אין די היפּשע ציפֿערן, צעטיילט אין באַזונדערע סעקציעס: פּאָעזיע באַזונדער, פּראָזע באַזונדער. קינדער־ליטעראַטור באַזונדער און אַזוי ווײַטער און ווײַטער.

ווי ער האָט דאָס ליב געהאַט דאָס ייִדישע בוך! ווי אַ פֿאַרליבטער נעמט אָן די האַנט פֿון זײַן געליבטער, אַזוי ער — אַ נײַ ייִדיש בוך…

גרשון האָט געטראָפֿן אָפֿט בײַ בידערמאַנען נאָך אַ צוויי דרײַ אַזוינע פֿאַרליבטע, אָבער ער געדענקט נישט גענוי זייערע נעמען. איינער אויך אַ שאַפּ־אַרבעטער, ראַפֿאַלאָווסקי האָט ער, דאַכט זיך, געהייסן, און איינעם אַן איטשקע פֿון ניו־העיווען, מיט מגושמדיקע שווערע אַרבעטער־הענט, אַ צעכראַסטעטער, אַ נישט־אָפּגעהיטער אין זײַן קליידונג, שטענדיק כּלורמשט אַ בייזער, ער האָט ליב געהאַט צו קויפֿן מערסטנס ביכער פֿון פּאָעזיע… און איינעם אַ ייִדן אין אַ חסידישן קאַפּעליוש, מיט געדיכטע ברענענדיקע שוואַרצע פּאות און אַ געדיכטער ברענענדיקער שוואַרצער באָרד מיט אַ וואַרעם יום־טובֿדיק קול, האָט גרשון אויך דאָרטן אָפֿט געטראָפֿן זיך נאָכפֿרעגן אויף נײַע ייִדישע ביכער… דאָס איז געווען אַ ליובאַוויטשער חסיד…(און מסתּמא זענען נאָך געווען אַ דרײַ פֿיר שטענדיקע קונים, און אויב עמעצער ווייסט זייערע נעמען, זאָל מען זיי אָנגעבן).

יאָ, אַן אייגענע טעריטאָריע מיט אַ כּנסת און מיט היציקע דעבאַטן, איז געווען בידערמאַנס בוכגעשעפֿט… די היציקע דעבאַטן זענען אָנגעגאַנגען טאָג און נאַכט. זענען דאָרטן געווען בלויז צוויי ייִדישע שרײַבער, האָט זיך גלײַך געעפֿנט די כּנסת און גלײַך האָבן זיך אָנגעהויבן די דעבאַטן. איז געקומען אַ דריטער, האָט ער אויך גענומען ס׳וואָרט. איז געקומען אַ פֿערטער און אַזוי ווײַטער.

בידערמאַן אַליין, דער בײַכלדיקער, בלאַסער מיטן לבֿנה־פּנים, מיט דעם שטענדיקן ציגאַר צווישן זײַנע פֿולע ליפּן, איז טיף געזעסן אין זײַן לעדער־באַשלאָגענער שטול און רויִק געשוויגן, פֿילאָסאָפֿיש געשוויגן. יעדער צד האָט געזוכט בײַ אים רעכט. אָבער ער האָט געשוויגן.

פֿונדעסטוועגן זענען געווען אין קראָם אַזוינע ייִדישע ביכער, וואָס האָבן זיך פֿאַרקויפֿט, און גוט פֿאַרקויפֿט. דאָס זײַנען געווען מערסטנס טעקסטביכער פֿאַר די ייִדישע שולן. צווישן איינס און דרײַ בײַ טאָג האָט מען דאָרט אָפֿט געקאָנט טרעפֿן ייִדישע לערער, וואָס זענען געקומען אַהין כאַפּן אַ שמועס און אויך קויפֿן טעקסטביכער און ספּעציעלע שולהעפֿטן מיט דעם ייִדישן אַלף־בית, געדרוקטן און געשריבענעם; מיט שלום־עליכמס, מענדעלעס און פּרצעס פּנימער אויפֿן ערשטן זײַטל…

דער גרויסער שלום אַש האָט זיך אויך פֿון צײַט צו צײַט אַרײַנגעכאַפּט אין בידערמאַנס בוכגעשעפֿט, אָבער ער איז גאָרנישט געווען וואַרעם צו די יונגע שרײַבער. ער האָט אויסגעמיטן צו קוקן אויף זיי, ווי ער וואָלט מורא געהאַט פֿאַר זיי. גרשונען האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז ער האָט זיך נעבעך יאָ געוואָלט דערנעענטערן צו די יונגע שרײַבער, אָבער נישט געוווּסט ווי אַזוי. דעריבער האָט ער אויסגעקוקט בייז. אַן אומרויִקער איז ער געווען, שלום אַש, אין בידערמאַנס בוכגעשעפֿט. לאַנג דאָרטן זיך נישט פֿאַרהאַלטן, געקויפֿט אַ פּאָר זשורנאַלן און אַרויס…

דאָרטן טאַקע האָט שלום אַש דערלאַנגט דעם באַרימטן פּאַטש חיים ליבערמאַנען, וואָס איז אים דערגאַנגען די יאָרן מיט זײַנע אַרטיקלען אין „פֿאָרווערטס‟. גרשון איז גראָד נישט געווען בשעתן פּאַטש. אָבער אויפֿן צווייטן טאָג האָבן חבֿרה שרײַבער איבערגעשפּילט דעם גאַנצן אינצידענט: ווי אַזוי חיים ליבערמאַן איז געשטאַנען בײַם טיש און גענישטערט צווישן די זשורנאַלן, ווי שלום אַש איז אַרײַנגעקומען, און ווי אַזוי, און ווי אַזוי…


אויך אין איטשע בידערמאַנס בוכגעשעפֿט איז גרשון אָפֿט געגאַנגען זען אויב ס׳פֿאַרקויפֿט זיך זײַן בוך. איטשע בידערמאַן האָט בײַ אים גענומען צוואַנציק קאָפּיעס און זיי אַרײַנגעשטעלט אויף איינער פֿון די פּאָליצעס. אונדזער מחבר, וואָס איז געקומען כּמעט יעדן טאָג אין בוכגעשעפֿט, האָט עפּעס נישט געפּאַסט צו פֿרעגן בידערמאַנען צי ער האָט שוין עפּעס פֿאַרקויפֿט. די בעסטע זאַך איז געווען אַ קוק צו טאָן אויף דער געוויסער פּאָליצע און איבערציילן זײַנע ביכער. האָבן געפֿעלט אַ פּאָר איז געווען אַ פֿרייד. האָט גאָרנישט געפֿעלט, איז געווען אַן אומעט… וויפֿל מחברים אַרײַנקומענדיק צו בידערמאַנען האָבן דען נישט געטאָן דאָס זעלביקע ווי גרשון? — דאָס הייסט, די ערשטע זאַך געוואָרפֿן אַן אויג אויף אַ געוויסער פּאָליצע און געציילט אין זייער געדאַנק זייערע ביכער… דער ניחאדיקער איטשע בידערמאַן האָט גוט געוווּסט, אַז מע ציילט אים אויף די פּאָליצעס, אָבער ער האָט זיך געמאַכט נישט וויסנדיק, געזעסן זיך ווי אַ בודאַ אין זײַן, מיט שוואַרצן לעדער אויסגעבעטער, שטול, צווישן די פֿולע ליפּן זײַנע דער שטענדיקער ציגאַר און פֿילאָסאָפֿיש געהאַלטן אין איין ציִען פֿון אים, צי ער איז יאָ געווען אָנגעצונדן, צי נישט.

גוט איז געווען פֿאַר דעם דאָזיקן בוכגעשעפֿט, וואָס עטלעכע בלאָק ווײַטער, אויף דער צווייטער עוועניו, האָט זיך געפֿונען דער גרויסער ייִדישער שפּיטאָל, „בית־ישׂראל‟. וואָס איז אַזוי גוט געווען? די אַמעריקאַנער געבוירענע ייִדישע טעכטער האָבן אָפֿט געקויפֿט אַ ייִדיש בוך בײַ בידערמאַנען און אים געטראָגן אַלס מתּנה צו אַן אייראָפּעיִשער מאַמען אָדער טאַטן, אַ חולה אין דעם דאָזיקן האָספּיטאַל. פֿאַר וואָס גראָד אַ טאָכטער, און נישט קיין זון? ווייסט נישט גרשון, נאָר ער האָט עפּעס געזען אין דעם דאָזיקן בוכגעשעפֿט נאָר טעכטער קויפֿן אַ ייִדיש בוך, אָנטאָן אַ נחת־רוח דער קראַנקער מאַמען אָדער טאַטן…

יאָ, די דאָזיקע אַמעריקאַנער געבוירענע ייִדישע טעכטער, וואָס זענען געגאַנגען באַזוכן אַ קראַנקן טאַטן אָדער מאַמען אין שפּיטאָל, האָבן אַ ביסל אונטערגעהאַלטן דאָס ייִדישע בוך. גרשון האָט אַפֿילו אָנגעשריבן אַ מעשׂה וועגן אַזאַ בוך, געקויפֿט פֿאַר אַ חולה אין שפּיטאָל. ער דערציילט אין דער מעשׂה, ווי אַ געוויסער יהושע, אַ ייִדישער פּאָעט, שפּאָרנדיק לאַנגע יאָרן פֿון זײַנע מאָגערע פֿאַרדינסטן, האָט אַרויסגעגעבן אַ זאַמלונג פֿון זײַנע לידער אין אַ בוכפֿאָרעם. בידערמאַן האָט בײַ אים גענומען צען קאָפּיעס. יהושע איז כּמעט אַלע טאָג געגאַנגען אין בוכגעשעפֿט און, פֿאַרשטייט זיך, געציילט זײַנע ביכער אויף דער פּאָליצע, און שטענדיק איבערגעציילט צען. דאָס הייסט קיין איין בוך איז נישט פֿאַרקויפֿט געוואָרן… איין מאָל אַ טאָג, ער קומט אַרײַן און ציילט און — ס׳איז נײַן… פֿרייט ער זיך אַוודאי. מיט אַ פּאָר טעג שפּעטער, אָבער, ער קומט אַרײַן און ציילט, און ס׳איז צוריק צען. ווי קומט עס? בושה אין אַ זײַט. ער מוז פֿרעגן בידערמאַנען, און בידערמאַן האָט אים דערציילט, ווי אַ יונגע פֿרוי גייענדיק אויף אַ באַזוך צו איר קראַנקער מאַמען אין האָספּיטאַל, האָט זיך נאָכגעפֿרעגט אויף אַ ייִדישן בוך פּאָעזיע. האָט איר בידערמאַן רעקאָמענדירט יהושעס בוך. און דאָס איז די סיבה, וואָס ער האָט איין טאָג געזען בלויז נײַן… מיט אַ פּאָר טעג שפּעטער, ווי ס׳קומט אַרײַן אַ מיטליאָריקע פֿרוי מיט יהושעס בוך אין אירע הענט, געזאָגט, אַז זי איז אַ ניורס (קראַנקן־שוועסטער) אין דעם דאָזיקן שפּיטאָל און איינע אַ פּאַציענטקע, אַן עלטערע פֿרוי איז געשטאָרבן און איבערגעלאָזט אָט דאָס דאָזיקע בוך. וואָס זשע וועט עס זיך וואַלגערן אין שפּיטאָל, אַן עבֿירה, ייִדישע אותיות… און דעריבער איז שוין ווידער צען…


דער זעלביקער יהושע פֿון גרשונס מעשׂה, וואָס איז אַן אויסגעטראַכטער נאָמען, אָבער ס׳איז געווען אַזעלכער, האָט שפּעטער מיט אַ פּאָר יאָר אַרויסגעגעבן נאָך אַ בוך… און כּל־זמן יהושע וועט לעבן און כּל־זמן ס׳וועט זיך נישט אָפּטאָן פֿון אים זײַן שאַפֿונגס־קראַפֿט, וועט ער האַלטן אין איין אַרויסגעבן ביכער… זאָלן אַפֿילו בלויז צען, צוועלף ייִדן לייענען… זאָל אַפֿילו עמעצער נאָך זײַן טויט, וואָס וועט זיך פֿאַראינטערעסירן מיט זײַנע לידער לייענען… זאָל דער צוקונפֿטיקער היסטאָריקער אַפֿילו ציטירן בלויז איין שורה פֿון זײַנע לידער…

(פֿון „גרשון אין אַמעריקע‟)