פֿון כאַווער־פּאַווער
פּונקט לעבן קאַפֿע „ראָיאַל‟, די דריטע טיר איז געווען איטשע בידערמאַנס קראָם פֿון ייִדישע ביכער. און איטשע בידערמאַנס קראָם פֿון ייִדישע ביכער איז, „דאַנקען גאָט‟, שטענדיק געווען פֿול, און נישט חס־וחלילה מיט קונים, נאָר מיט ייִדישע שרײַבער. לצים האָבן געזאָגט, אַז איטשע בידערמאַן, אַליין אַ ייִדישער שרײַבער, האָט אומיסטנע אויפֿגעעפֿנט זײַן בוכגעשעפֿט לעבן קאַפֿע „ראָיאַל‟, כּדי ס׳זאָל אים כאָטש נישט זײַן אומעטיק. כּמעט יעדער ייִדישער שרײַבער גייענדיק אין קאַפֿע „ראָיאַל‟, האָט געמוזט זיך אַרײַנכאַפּן פֿריִער אין זײַן קראָם, אַ קוק טאָן, וואָס ס׳טוט זיך דאָרטן. ווען נישט די שרײַבער גייענדיק אין קאַפֿע „ראָיאַל‟, וואָלט אים טאַקע געווען זייער אומעטיק. דער קונה פֿון ייִדישן בוך איז זעלטן געקומען. בידערמאַן האָט באָדאַי אויך אַרײַנגענומען ענגלישע ביכער, אַז די ענגלישע ביכער זאָלן אים העלפֿן אויסהאַלטן די ייִדישע ביכער. האָבן זיי טאַקע אַ ביסל אויסגעהאַלטן…
Read More