פֿאַר דער צײַט זײַנען זיי אַרויסגעשטויסן געוואָרן פֿון לעבן, אָפּגעריסן געוואָרן פֿון זייער סבֿיבֿה, פֿאַרוואָרפֿן געוואָרן אַהער פֿון יענער זײַט ים און דאָ, אַהער, געקומען די רעשט יאָרן אָפּצולעבן און צו פֿאַרענדיקן. צו קינדער געקומען, בײַ זיי צו זײַן, צו לעבן און דולדן זייער אַרט לעבן און זייערע קאַפּריזן… פֿריצײַטיק די עלטערן פֿאַרכאַפּט מיט אָנוואַרפֿן זיך אויף די קינדער און מיט גאָר ניט טאָן… די מערהייט פֿון זיי זײַנען נאָך קרעפֿטיקע, און וואָלטן בײַ זיך אין די היימען געקאָנט לאַנג נאָך פֿאָרזעצן די אַרבעט זייערע, וואָס זיי האָבן אין דער היים געטאָן. נאָר אַ דאַנק די גרויזאַמע געשעענישן אין די פֿאַרחרובֿטע היימען, זײַנען זיי הילפֿלאָז געבליבן און געקומען אַהער פֿאַראורטיילט בײַ קינדער צו זײַן און אויף גאָר ניט צו טאָן.
אַלע טאָג, אין נאָכמיטאָג־שעה, קלײַבן זיי זיך צונויף אַזוי אַ מנין אָנדערהאַלבן אין אַ גערטנדל, וואָס באַשטייט פֿון אַ פּאָר צענדליק ביימער, וואָס געפֿינט זיך אין איינער פֿון די ברוקלינער גאַסן. אָט אַזוי ניט קענענדיק זיך, האָט איינער אַ צווייטן דערשמעקט און צוויי־דרײַ האָבן צוגעצויגן אַ פֿערטן און אַ פֿינפֿטן, און די צאָל זייערע וואַקסט דאָרטן פֿון טאָג צו טאָג, אַ ייִד פֿון פּוילן, אַ ייִד פֿון ליטע, עטלעכע וואָלינער, עטלעכע פֿון פּאָדאָליע, וואָס ריידן אויף פֿאַרשידענע אַקצענטן. אַלע אין איינעם פֿילן זיי זיך גוט, גלײַך ווי איין קלאַסן־אינטערעס וואָלט זיי פֿאַראייניקט… ייִדן, עלטערע. ווער ייִנגער מיט אַ פּאָר יאָר, ווער ס׳איז עלטער, אָבער אַלע געהערן זיי שוין צו דער עלטער און צו דער אַלטער וועלט און צו דער אַלטער טראַדיציע, וואָס ענדיקט זיך מיט זיי, וואָס נאָר זיי וועלן שוין אַזעלכע ניט זײַן… זיי טראַכטן אפֿשר ניט דערפֿון, נאָר טיף אין זיך, יעדער איינער פֿאַר זיך פֿילט עס…
אויף אַ באַנק פֿון איין זײַט אַלייע, אויף אַ באַנק אַנטקעגן פֿון דער צווייטער זיצן זיי, און אייניקע שטייען נעבן דאָ און נעבן דאָרטן, נעבן די און יענע און בײַטן זיך פֿון צײַט צו צײַט מיטן זיצן און מיטן שטיין, ייִדן מיט בערד און מיט אונטערגעשוירענע בערד, אַזוי זיך צוגעפּוצט, ווער ווייס, אפֿשר ניט מיטן אייגענעם ווילן, אפֿשר פֿאַרלאַנגט עס פֿון זיי זייערע אַ טאָכטער, אַ שנור, אַ זון אָדער אַן איידעם… און ס׳איז טאַקע צו באַמערקן, אַז יענע מיט די צוגעשוירענע בערד פֿילן עפּעס ניט אַזוי גוט, ווי יענע בײַ וועמען די בערד זײַנען אין זייער גאַנצקייט געבליבן. ווי קינדער, וואָס ווערן אָפֿט באַשטראָפֿט פֿון עלטערן פֿילן זיך דערשלאָגן, אַזוי פֿילן זיך אָט די ייִדן מיט געשוירענע בערד.
די מערהייט טראָגט מלבושים ניט פֿון זייער מאָס, ניט פֿון זייער שניט, וואָס פּאַסט ניט פֿאַר זייער עלטער, וואָס מאַכט זיי לעכערלעך. אויף איינעם איז אַ רעקל לאַנג און ברייט, אויף אַ צווייטן קורץ און שמאָל און אײַנגעצויגן צו דער טאַליע. איינער און אַ צווייטער טראָגן פֿראַנטישע שיך, קענטיק פֿון יונגע פֿראַנטן און אפֿשר נאָך פֿון טענצערס דערצו. און… עפּעס רופֿן זיי אַרויס אַ מין מיטלייד צו זיך… עפּעס זעען זיי אויס ווי אַלטע קינדער…
יאָ, צו פֿריצײַטיק אַרײַנגעפֿאַלן אין דער עלטער, וואָס האָט ענלעכקייט צו קינדער־יאָרן. פּונקט ווי קליינע קינדער באַרימען זיך מיט טאַטע־מאַמע, אַזוי באַרימען זיך די טאַטעס מיט זייערע קינדער אויפֿן קינדערשן אופֿן…
דאָס גערטנדל איז באַשאָטן מיט קינדער. אַחוץ דאָס שטיק פּלאַץ, וואָס איז אַרומגעקרויזט ספּעציעל פֿאַר שפּילן אין באָל, וווּ עס איז קיין גראָז אויף קיין רפֿואה ניט צו געפֿינען, זײַנען די פּאָר אַלייען אויך פֿאַרנומען, פֿאַרצאַמט מיט צענדליקער וועגעלעך, וואָס מאַמעס פֿירן אַרויס הין און צוריק. קינדער גרעסערע, קינדער קלענערע, קינדער וואָס מע פֿירט אַרום אין די וועגעלעך, קינדער אָן וועגעלעך, וואָס לויפֿן אַרום הין און צוריק און פּלאָנטערן זיך אונטער די פֿיס מיט לופֿט־באַלאָנדלעך און אַנדערע שפּיל־זאַכן אין די הענט. דאָס גערטנדל איז פֿיר־עקיק, קליין, עס רײַבן זיך מענטש אָן מענטש, און עס פֿילט זיך די הערשאַפֿט פֿון קליינוואַרג אָן מינדסטן דרך־ארץ פֿאַר גרעסערס און עלטערס.
אַלע אַלטע לײַט שמעקן דאָרט טאַבאַק. אַפֿילו יענע, וואָס האָבן אין דער היים ניט געשמעקט, האָבן דאָ אָנגעהויבן צו שמעקן, ווי איינער פֿאַרן צווייטן וואָלט געוואָלט יוצא זײַן. איינער פֿון זיי האַלט אָן די מיצווה פֿון שמעק־טאַבאַק־טיילן פֿון אַ טאַבאַקערקעלע, וואָס ער האָט נאָך קענטיק פֿון דער היים געבראַכט. ער האָט מסתּמא אין דער היים בײַ זיך אין בית־המדרש אָט די מיצווה צענדליקער יאָרן אָנגעהאַלטן און ער קאָן זיך מיט איר ניט צעשיידן. אָפֿענערהייט טראָגט ער אָט דאָס טאַבאַקערקעלע צו יעדן איינציקן צו, און יעדער איינציקער שטעקט אַרײַן צוויי פֿינגער און דער ייִד איז עולה־לגדולה, זײַנע שוואַרצע ווייכע אויגן ווערן ייִדישער און פֿרימער, ווי ער וואָלט עפּעס אַ וויכטיקע זאַך מתקן געווען. אַ צווייטער ייִד טיילט אַ מאָל אויס דעם עולם גוטע סיגאַרעטקלעך און ער זאָגט, אַז די סיגאַרעטן זײַנען דעם זון זײַנעמס, אַז דער זון רייכערט עס אַזעלכע סיגאַרעטן און ער וויל די ייִדן זאָלן וויסן, וואָס פֿאַר אַ גוטע סיגאַרעטן דער זון זײַנער רייכערט ניט. אָבער נאָך דעם גיבן זיי אים אָפּ צוריק און דער בעל־מנדבֿ לייגט זיי זיך צוריק אַרײַן אין דער פּושקע, פֿון וואַנעט ער האָט זיי פֿריִער אַרויסגענומען.
פֿאַרבײַ לויפֿט די קאַר. אָט די ביליקע, באַקוועמע באַקוועמלעכקייט פֿאַר גאַס און שטאָט. זי לויפֿט און שלעפּט מיט זיך הין און צוריק מענטשן, וואָס ווערן פֿאַרטומלט און פֿאַרטויבט… זי לויפֿט, קלאַפּט און רעשט מיט באַוועגלעכער גבֿורה פֿון שטאָל און אײַזן. דאָס איז דער אײַזערנער דופֿק פֿון דער דאָזיקער שטאָט, וואָס באַוועגט זיך מיט אימפּעט, מיט בליצן און גרילצן און שלעפּט מיט זיך אַזוי פֿיל פֿרעמדע מענטשן. דאָס גערטנדל איז אַזוי קליין, אַז מע רעדט און מע זעט אַלץ פֿון גאַס, פּונקט ווי דאָרטן וואָלט ניט געווען קיין גערטנדל, ווי מע וואָלט גלאַט געזעסן אין דרויסן, אָן ביימער…
ווי צו זײַטיקס, ווי ניט צו זייערס, הערן זיך אָט די ייִדן צו צו דעם גאַנצן טומל… זיי האָבן אַן אײַנדרוק, אַז דאָס אַלץ געהערט צו דער יונגער וועלט, אַז אין דעם האָבן אַ חלק זייערע קינדער… עפּעס אַזאַ מאָדנע אומבאַקאַנטע פֿרעמדע עלטער מיט אַ לעבן, וואָס אייניקע פֿון זיי האָבן, וואָס זיי האָבן קיין מאָל אין דער יונגט ניט געחלומט… אַ לעבן אָן… אַ בית־עולם אַפֿילו. דאָרטן איז דער בית־עולם געווען אַ היימישע זאַך, אַ פּאָר מאָל אין יאָר איז מען געקומען צו טאַטע־מאַמע, צו זיידע־באָבע און מיט זיי זיך דורכגעשמועסט, און דאָ האָבן זיי קיינעם ניט…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.