פֿון יונה ראָזענפֿעלד
פֿאַר דער צײַט זײַנען זיי אַרויסגעשטויסן געוואָרן פֿון לעבן, אָפּגעריסן געוואָרן פֿון זייער סבֿיבֿה, פֿאַרוואָרפֿן געוואָרן אַהער פֿון יענער זײַט ים און דאָ, אַהער, געקומען די רעשט יאָרן אָפּצולעבן און צו פֿאַרענדיקן. צו קינדער געקומען, בײַ זיי צו זײַן, צו לעבן און דולדן זייער אַרט לעבן און זייערע קאַפּריזן… פֿריצײַטיק די עלטערן פֿאַרכאַפּט מיט אָנוואַרפֿן זיך אויף די קינדער און מיט גאָר ניט טאָן… די מערהייט פֿון זיי זײַנען נאָך קרעפֿטיקע, און וואָלטן בײַ זיך אין די היימען געקאָנט לאַנג נאָך פֿאָרזעצן די אַרבעט זייערע, וואָס זיי האָבן אין דער היים געטאָן. נאָר אַ דאַנק די גרויזאַמע געשעענישן אין די פֿאַרחרובֿטע היימען, זײַנען זיי הילפֿלאָז געבליבן און געקומען אַהער פֿאַראורטיילט בײַ קינדער צו זײַן און אויף גאָר ניט צו טאָן.
Read More