דעם שבת פֿאַלט אויס דער 74סטער יאָרצײַט, לויטן סעקולערן קאַלענדאַר, פֿונעם גרויסן ייִדישן פּאָעט מרדכי געבירטיג ז׳׳ל, וועלכער איז אומגעקומען אין דער קראָקאָווער געטאָ, אין 1942.
אַ לעגענדאַרע פּערזענלעכקייט אין דער וועלט פֿון ייִדישער מוזיק בעת זײַן לעבן, איז ער אין דער זעלביקער צײַט געווען צום־מערסטנס אַנאָנים: אַ פּשוטער סטאָליער, וואָס האָט אין זײַן פֿרײַער צײַט געשריבן לידער וועגן די אָרעמע ייִדן פֿון קראָקע, וווּ ער האָט געוווינט זײַן גאַנץ לעבן.
ס׳איז שווער אויף איין פֿוס איבערצוגעבן די וויכטיקייט און השפּעה פֿון געבירטיגס לידער. אויף דעם וואָלט מען געדאַרפֿט אַ גאַנצן אַרטיקל, צי אַ דאָקומענטאַר־פֿילם. ס׳איז כּדאַי פּשוט צו דערמאָנען, אַז פֿון אַרום 100 לידער זײַנע וואָס זענען אונדז פֿאַרבליבן, הערט מען אָפֿט כאָטש אַ טוץ פֿון זיי און זיי בלײַבן צווישן די סאַמע באַקאַנסטע ייִדישע לידער איבער דער גאָרער וועלט.
געבירטיג, אַזוי ווי מאַרק וואַרשאַווקסי פֿאַר אים, האָט געשריבן וועגן אַ ריי טעמעס, פֿון אַקוטעלע פּאָליטישע (אַרבעטלאָזיקייט, אַנטיסעמיטיזם, דעם חורבן), ביז ייִדישע (לידער וועגן שבת, חדר־ייִנגלעך און ייִדישע מאַמעס), ווי אויך מער אוניווערסאַלע (די פֿריידן און לײַדן פֿונעם עלטער ווערן, אַ בענקשאַפֿט נאָך פֿאַרלוירענע חבֿרים, און ליבעסלידער). זײַנע לידער האָבן פֿאַרקערפּערט אַ מאָדערנעם צוגאַנג צו דער ייִדישער קולטור; זיי דריקן אויס אַ באַהאַוונטקייט אין דער ייִדישער טראַדיציע אָבער זענען אויך פֿעסט אײַנגעוואָרצלט אין דער מאָדערנער וועלט. די ברייטע גאַמע פֿון זײַנע טעמעס, צוזאַמען מיט דער וואַרעמקייט, מיט וועלכער ער האָט באַשריבן די ייִדישע מאַסן האָט אים געמאַכט אַן אַוניקאַלע פֿיגור אין דער ייִדישער מוזיק.
ס׳רובֿ פֿון מרדכי געבירטיגס באַקאַנטסטע לידער האָט מען אַרויסגעגעבן ווי אַ בוך נאָך אין די 1930ער יאָרן. געוויסע, אָבער, בפֿרט די וואָס ער האָט אָנגעשריבן שוין אין דער קראָקאָווער געטאָ, זענען באַקאַנט געוואָרן נאָך דער מלחמה, ווען מע האָט געבראַכט זײַנע מאַנוסקריפּטן קיין אַמעריקע, וווּ זיי געפֿינען זיך הײַנט אינעם „ייִוואָ‟־אינסטיטוט אין ניו־יאָרק.
זינט די 1950ער יאָרן האָט מען אַרויסגעלאָזט איבער פֿופֿציק אַלבאָמען, אין וועלכן מע זינגט בלויז זײַנע לידער. אַחוץ דעם האָבן כּמעט אַלע ייִדישע זינגער אַרײַנגענומען כאָטש אַ פּאָר פֿון זײַנע לידער אין זייער רעפּערטואַר. אָט זענען צען פֿון מײַנע באַליבסטע רעקאָרדירונגען און ווידעאָס פֿון געבירטיגס לידער.
1. דניאל קאַהן: „אַרבעטלאָזער מאַרש‟:
(אויבן) אַן אַקטיווער בונדיסט, האָט געבירטיג אָפֿט באַשריבן די סאָציאַלע פּראָבלעמען פֿון זײַן צײַט, אַרײַנגערעכנט די אַרבעטלאָזיקייט, וואָס האָט געהערשט אין די 1930ער יאָרן. אין זייער אַ שטאַרקן נוסח פֿון זײַן „אַרבעטלאָזער מאַרש‟ שטעלט פֿאָר דניאל קאַהן און זײַן קאַפּעליע „דער באַפֿאַרבטער פֿויגל‟ געבירטיגס ליד אויף ייִדיש און ענגליש אין אַ מאָדערנעם סטיל מיט שטאַרקע השפּעות פֿון בערטאָלד ברעכט.
2. יעקבֿ לעמער: „שבת‟
געבירטיגס „שבת‟ איז אפֿשר דאָס סאַמע באַקאַנסטע ליד זײַנע, וואָס צומערסטע מענטשן ווייסן ניט, אַז ער האָט עס אָנגעשריבן. אָט זינגט דער גרויסער חזן זײַן נוסח פֿונעם ליד אויף ייִדיש און פּויליש בײַם „ייִדישן קולטור־פֿעסטיוואַל‟ אין קראָקע.
3. לעאָ פֿולד: „משהלע‟.
דער „קעניג פֿונעם ייִדישן ליד‟, ווי מע האָט אים גערופֿן, האָט ליב געהאַט צו עקספּערימענטירן מיט פֿאַרשידענע מוזיקאַלישע סטילן. אין דעם פֿאַל באַגלייט אים אַן אַראַבישע קאַפּעליע. ניט געקוקט אויף דעם, איז זײַן נוסח פֿון געבירטיגס „משהלע‟ זייער אַ טראַדיציאָנעלע.
4. עמי פֿלאַמער און משה לייזער: „דרײַ טעכטערלעך‟.
זייער אַ שיינער קלעזמער־נוסח פֿון געבירטיגס באַליבטן ליד פֿון פֿראַנקרײַך.
5. בענטע קאַהאַן: „עס ברענט‟.
מחוץ דער ייִדיש־רעדנדיקער וועלט איז „עס ברענט‟ זיכער געבירטיגס באַקאַנטסטע ליד. כאָטש ער האָט עס אָנגעשריבן אין 1936 וועגן אַ פּאָגראָם, איז עס געוואָרן איינס פֿון די פּאָפּולערסטע לידער אין די געטאָס און לאַגערן בשעתן חורבן און מע זינגט עס ביז עד־היום אויף חורבן־חזכּרות איבער דער גאָרער וועלט. בענטע קאַהאַנס נוסח פֿונעם ליד איז מײַן באַליבטסטע.
6. מאַנפֿרעד לעם: „אין געטאָ‟.
כאָטש ווייניקער באַקאַנט ווי זײַנע אַנדערע חורבן־לידער איז געבירטיגס „אין געטאָ‟ זייער אַ רירנדיק און וויכטיק ווערק, וואָס איז כּדאַי צו הערן. מאַנפֿרעד לעם, אַ דײַטשישער זינגער, אַרבעט שוין איבער 20 יאָר, פֿירנדיק טורן פֿאַר דײַטשישע קינדער אין קראָקע, כּדי זיי זאָלן זיך באַקענען מיט די ווערק פֿון מרדכי געבירטיג.
7. אַלפֿרעד שרײַער: „דאָס גאָלדענע לאַנד‟.
מע הערט, לײדער, זעלטן הײַנט דעם פּשוטן פֿאָלקסטיל פֿון די אַמאָליקע מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע זינגער. אָט זינגט אַלפֿרעד שרײַער, אַ תּושבֿ פֿון לוויוו, געבירטיגס ליד „דאָס גאָלדענע לאַנד‟ אין זיין שיינעם פּשוטן סטיל.
8. ריזע איגעלפֿעלד: „אַבֿרהמל דער מאַרוויכער‟.
אויף אַן ענלעכן אויטענטישן פֿאָלקסישן אופֿן האָט ריזע איגעלפֿעלד פֿאָרגעשטעלט געבירטיגס „אַבֿרהמל דער מאַרוויכער‟ אויף אַן אָוונט בײַם „לאָס־אַנדזשעלעסער קולטור־קלוב‟ אין 1998 געווידמעט געבירטיגס קולטור־ירושה.
9. מרדכי־צבֿי ראָסל: „קינדער־יאָרן‟
געוויינטלעך האַלט איך אַז דאָס זינגען ייִדישע לידער אין אַ קלאַסישן סטיל קלינגט איבערגעטריבן, בפֿרט מיט אַזעלכע פֿאָלקסטימלעכע לידער ווי מרדכי געבירטיגס „קינדער־יאָרן‟. מרדכי־צבֿי ראָסל איז אָבער אַזאַ טאַלאַנטירטער זינגער, אַז דאָס ליד ווערט בײַ אים פֿאַרוואַנדלט אין אַן איבערלעבונג, וואָס איז כּדאַי ניט צו פֿאַרפֿעלן. מיט זײַן באַסאָוון קול ווערט מען אַריבערגעפֿירט אין די „קינדער־יאָרן‟ פֿון קינדער פֿון אַ פֿאַרגאַנגענער וועלט.
10. טעאָדאָר ביקעל ז׳׳ל און טאַמאַראַ בראָקס ז׳׳ל: „הוליעט, הוליעט קינדערלעך‟.
איינע פֿון געבירטיגס אוניווערסאַלע לידער, „הוליעט, הוליעט קינדערלעך‟ ווערט דאָ געבראַכט צו אַ גרעסערן עולם אין טעאָדאָר ביקעלס פּרעכטיקן צוויי־שפּראַכיקן נוסח פֿונעם ליד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.