Oyneg Shabes

ל״ג בעומר איבער דער וועלט

Lag B'omer Around the World

  • Print
  • Share Share

פֿאַרן דרויסנדיקן צוקוקער איז ל״ג בעומר אפֿשר די סאַמע אינטערעסאַנטסטע ייִדישע פֿײַערונג. דער טאָג, דער יום־הילולא פֿונעם רשב״י, רבי שמעון בר יוחאי, נעמט אַרײַן ריזיקע פֿײַערן באַקאַנט ווי הדלקות, אויספֿלוגן אין וואַלד מיט פֿײַל און בויגנס און גאָר פֿריילעכע טאַנצן אויף דער גאַס.

רבי שמעון בר יוחאי איז געווען אַ תּלמיד פֿון רבי עקיבא און אַ וויכטיקער תּנא, וועמען אַ סך פֿרומע ייִדן האַלטן פֿאַרן מחבר פֿונעם זוהר, דער גרונט־ספֿר פֿון קבלה. לויט דער ייִדישער טראַדיציע האָט ער אין דעם טאָג פֿון זײַן פּטירה אַנטפּלעקט אַ ריי סודות פֿון קבלה און אַנדערע נבֿיאות. זײַן אוהל אין מירון איז הײַנט דער צענטער פֿון די ל״ג בעומר־פֿײַערונגען. דאָרטן צינדט דער באַיאָנער רבי אָן אַ ריזיקע „הדלקה‟ פֿאָרנט פֿון העכער 300,000 טויזנט ייִדן פֿון אַלע שניטן, קרײַזן, און ייִדישע עדות.

ווי קומט עס, אַז חסידים פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן שניט פֿירן אָן מיט אַ פֿײַערונג, וואָס איז לכתּחילה געווען אַ מיזרחישע? אין די 1870ער יאָרן האָט אַבֿרהם יעקבֿ פֿרידמאַן, דער סאַדיגורער רבי, געקויפֿט די רעכט אָנצוצינדן די פֿײַערן בײַם אהול אין מירון און איבערגעגעבן דאָס אַחריות זײַן זון, רבי יצחק פֿרידמאַן, דער ערשטער באַיאָנער רבי. טאַקע דערפֿאַר טראָגן די פֿײַערונגען אין מירון אַזאַ געמיש פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע און מיזרחישע טראַדיציעס.

אויבן קען מען זען ווי דער תּולדות־אַרהן רבי דוד קאהן האָט אָנגעפֿירט מיט דער ל״ג בעומר הדלקה פֿון זײַן חסידות אין מירון אין 2013. דער קלעזמער־ניגון, געשפּילט אויפֿן קלאַרנעט פֿאַרן אָנצינדן די הדלקה, גיט גאָר אַן אַנדער געפֿיל ווי דאָס זינגען נאָך דעם, וואָס עס ברענט שוין דאָס פֿײַער.

אָט קען מען זען ווי דער עלום האָט געפּראַוועט ל״ג בעומר בײַם אוהל פֿון רבי שמעון בר יוחאי אין מירון אינעם זעלביקן יאָר. צוליב דער גאָר רעשנדיקער מוזיק און דער פֿאַקט, וואָס טויזנטער מענער טאַנצן און שפּרינגען אין איינעם איז עס אַ סצענע פֿון פֿרייד און עקסטאַז, וואָס האָט ניט קיין סך פּאַראַלעלן אויפֿן ייִדישן לוח.


די גרעסטע הדקלה אויסער די גרענעצן פֿון ארץ־ישׂראל קומט פֿאָר אין דעם סאַטמאַרער שטעטל קרית־יואל אין ניו־יאָרק. דאָרטן פֿאַרזאַמלען זיך איבער 100,000 ייִדן, כּדי צו פֿײַערן און טאַנצן אין איינעם. אַזוי האָט אויסגעזען ל״ג בעומר דאָרטן פֿאַראַיאָרן.

איינע פֿון די עלטסטע און גרעסטע ל״ג בעומר פֿײַערונגען אין אַמעריקע פֿירט אָן די ליובאַוויטשער חסידים אין קראַון־הײַטס. אַנשטאָט אָנצוצינדן אַ פֿײַער און טאַנצן אין איינעם איז דער מינהג בײַ די ליובאַוויטשער צו מאַכן אַ ריזיקן פּאַראַד מיט מוזיק, מיליטערישע צערעמאָניעס, קינדער וואָס לייענען תּהילים אויף אַ קול און פֿײַערדיקע דרשות. אָט קען מען זען ווי מע האָט דאָרט געפּראַוועט דעם יאָרצײַט פֿונעם רשב׳׳י אין 1984. צו יענער צײַט האָבן סאָלדאַטן פֿון דער אַמעריקאַנער אַרמיי געמאַכט אַ צערעמאָניאַלע שיסערײַ לכּבֿוד דעם ליובאַוויטשער רבין.

ארץ־ישׂראל איז ניט דאָס איינציקע אָרט אינעם מיטעלן־מיזרח, וווּ עס פֿאַרזאַמלען זיך ייִדן לכּבֿוד ל׳׳ג בעומר. שוין הונדערטער יאָרן קומען אָן ייִדן פֿון איבער צפֿון־אַפֿריקע און אַפֿילו אייראָפּע אויפֿן אינדזל פֿון דזשערבאַ אין טוניס. דאָרטן פּראַוועט מען ל׳׳ג בעומר אין דער אָרטיקער „אַל־גריבאַ‟־שיל, אַן אָרט וואָס איז שטאַרק פֿאַרבונדן מיט קבלה און אַנדערע מיסטישע טראַדיציעס.