Oyneg Shabes

קריעת־ים־סוף

Parting the Sea

פֿון שלום־עליכם

  • Print
  • Share Share

די רעקאָרדירונג איז אַ טייל פֿונעם אַרכיוו פֿון „רעדנדיקע ביכער‟ אויפֿן נאָמען פֿון שמואל ראָהר, אַ פּראָיעקט פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟.עס לײענט לײב רובינאָװ

א.

Yehuda Blum

איך האָב אײַך געהאַט אָנגעהויבן צו דערציילן פֿון דעם פּסק, וואָס מיר האָבן געכאַפּט יום־כּיפּור אין דער פֿרי אויפֿן שיף „פּרינץ אַלבערט‟. דאָס איז געווען אַ מיאוסער פּסק. מיר׳ן אים געדענקען דאָס גאַנצע לעבן.

אָנגעהויבן האָט זיך עס פֿון אַ קלייניקייט. עפּעס אַ כמאַרעלע, אַ שוואַרץ, אַ געדיכט וואָלקנדל, האָט זיך נאָך פֿון בײַ נאַכט, באַלד נאָך כּל־נדרי, באַוויזן אויפֿן עק הימל. פֿריִער פֿון אַלעמען האָבן עס דערזען איך און מײַן חבֿר מענדל. וואָרום אַז אַלע ייִדן זענען נאָך געווען אונטן, געוויינט, און געזאָגט תּהילים נאָך כּל־נדרי, האָבן מיר, איך און מענדל, אַרומגעשפּאַצירט איבערן „פּרינץ אַלבערט‟. דערנאָך האָבן מיר זיך פֿאַרקליבן אין אַ ווינקעלע, געזעסן און געשוויגן. עס איז געווען שטיל און וואַרעם און גוט אויפֿן האַרצן. נאָר אַ ביסל אומעטיקלעך.

וואָס מענדל האָט געטראַכט — ווייס איך ניט. איך האָב געטראַכט פֿון גאָט, וואָס זיצט אָט דאָרט, אין הימל. ווי גרויס ער דאַרף זײַן, אַז דאָס איז אַלצדינג זײַנס? און וואָס טראַכט ער זיך, אַז ער הערט אַזוי פֿיל ייִדן זאָגן תּהילים, לויבן אים און גיסן אויס פֿאַר אים דאָס האַרץ. די מאַמע זאָגט, אַז ער הערט און זעט אַלעמען. און אַז ער ווייסט אַלצדינג. אַפֿילו דאָס, וואָס איך טראַכט אין דער מינוט בײַ זיך אין האַרצן. אויב אַזוי, איז ניט גוט. וואָרום איך האָב נאָר וואָס געטראַכט פֿון אַ גוט עפּל, פֿון אַ זיסער באַר און כאָטש אַ טרונק וואַסער. קאַלט וואַסער. פֿון די פּאָטייטאָס ברענט אויפֿן האַרצן — און טרינקען טאָר מען נישט. יום־כּיפּור נאָך כּל־נדרי — ווער וועט דאָס טרינקען וואַסער? מײַן ברודער אליהו וועט מיך הרגענען. ער וויל נאָר, איך זאָל פֿאַסטן ביז מאָרגן בײַ נאַכט נאָך יום־כּיפּור. זאָגט די מאַמע: „מיר׳ן זען‟. דערווײַל זוכט זי מיך אויפֿן גאַנצן שיף און קען מיר נישט געפֿינען. ווײַזט איר אָן אַ מאַטראָס, אַז דאָרט, בײַם סאַמע שפּיץ, זיצן מיר, איך און מײַן חבֿר מענדל. שרײַט זי: „מאָטל, מאָטל‟. — „וואָס איז מאַמע?‟ — וואָס הייסט וואָס איז? שלאָפֿן גיי! מאָרגן דאַרף מען אויפֿשטיין פֿרי, האָסט פֿאַרגעסן? ס׳איז יום־טובֿ‟… גלוסטן גלוסט זיך ניט. נאָר מע דאַרף גיין שלאָפֿן.

ב.

אויף מאָרגן, אַז מיר האָבן זיך אויפֿגעכאַפּט אין דער פֿרי, איז שוין דער גאַנצער הימל געווען באַלייגט. דער ים האָט זיך צעבייזערט מיט סכּנות. די כוואַליעס האָבן זיך אויפֿגעהויבן העכער פֿונעם שיף, געוואָרפֿן דעם „פּרינץ אַלבערט‟ ווי עפּעס אַ שפּענדל, אַ שפּילעכל. די מאַטראָסן האָבן גענומען לויפֿן אַהין און אַהער, ווי די פֿאַרסמטע מײַז. די סטיואַרדס האָבן זיך צוגעהאַלטן בײַ די פּאַרענטשעס. די פּאַסאַזשירן זענען געגאַנגען האַרט בײַ די ווענט און געפֿאַלן כּמעט בײַ יעדן טריט. מיט אַ מאָל האָט געגעבן אַ גאָס אַ שלאַקסרעגן. דונערן האָבן זיך געטראָגן איינס נאָך דאָס אַנדערע. גאָט פֿאָרט אויף רײַטוואָגן. און יום־כּיפּור גאָר!… איין בליץ נאָכן אַנדערן באַלײַכט אויף אַ רגע דעם שוואַרצן געדיכטן הימל. דער „פּרינץ אַלבערט‟ קרעכצט, שאָקלט זיך אַהין און אַהער, אַרויף און אַראָפּ. און דער רעגן שמײַסט. וואָס איז דאָס אַ מבול אויף דער וועלט? גאָט האָט דאָך געשוווירן, אַז קיין מבול וועט ער שוין ניט ברענגען קיין מאָל אויף דער ערד…

— קריעת־ים־סוף — זאָגט מײַן ברודער אליהו. און אונדזער חבֿר פּיני באָמקעט צו: „יאָ, ס׳איז קריעת־ים־סוף‟… דאָס ערשטע מאָל, וואָס די צוויי זאָגן ביידע איין זאַך. דאָס וואָרט „קריעת־ים־סוף‟ האָט אויסגענומען. אַלע מאָל הייבט זיך אַן אַנדער פּאַרשוין, טוט אַ קוק אין דרויסן אַרויס און גיט צו, אַז ס׳איז קריעת־ים־סוף. דערנאָך לויפֿט ער עפּעס מאָדנע אַוועק אין אַ זײַט אַרײַן. דאָרט גיט ער אָפּ דער מאַמעס מילך, און מער זעט מען אים שוין נישט… ווער מיר דאַוונען? וואָס מיר יום־כּיפּור? מע האָט שוין גאָר פֿאַרגעסן אַפֿילו, וווּ מע איז אין דער וועלט.

ג.

פֿון אונדזער משפּחה האָט דעם ערשטן פּעטשאַטעק געמאַכט ברכה. זי האָט אָנגעהויבן שרײַען, אַז אָט שטאַרבט זי! דערנאָך האָט זי גענומען שעלטן מײַן ברודער אליהו. למאַי ער האָט זי אײַנגערעדט צו פֿאָרן קיין אַמעריקע. זי האָט געוווּסט פֿריִער, אַז אַמעריקע איז סיביר. ערגער פֿון סיביר. סיביר איז גאָלד קעגן אַמעריקע!… האָט זיך די מאַמע געוואָלט אָננעמען די קריוודע פֿון איר זון. זי האָט איר גענומען זאָגן אַ ביסל מוסר, אַז אַ מענטש באַדאַרף אַלצדינג קאָנען אַריבערטראָגן, וואָרום ס׳איז אַ גאָטזאַך. אַ סימן, עס שטייט אין טײַטש־חומש געשריבן… האָט זי אָבער נישט געקאָנט אַרויסריידן וואָס אין טײַטש־חומש שטייט געשריבן, וואָרום ס׳איז איר מיט אַ מאָל געוואָרן ניט־גוט אויף צו חלשן. אויף איר קוקנדיק, האָט גענומען חלשן אונדזער פּיניס ווײַב, טײַבל. איז פּיני אַרויס מיט לשון: „מיט די ווײַבער איז דיר נאָר אַ באַשרײַבונג, אַ קאָמעדיע!‟ — ער האָט אַרײַנגעלייגט ביידע הענט אין די הויזקעשענעס און פֿאַררוקט דאָס קאַפּעליושל אויף אַ זײַט. ער האָט געזאָגט: „שוטים! נאַראָנים! דאַכט זיך, וואָס קאָן עס מיר אַרן, אַז דער ים שטורעמט און דאָס שיף קאַטשעט זיך? אַ מענטש, אַ בר־דעת גיט זיך אַן עצה. בעת דאָס שיף בייגט זיך אַהין, טו איך זיך אַ בייג אַהער. ווערט עס אָנגערופֿן באַלאַנץ‟…

און בייגנדיק זיך אַהין און אַהער, האָט פּיני אונדז געוויזן אַ „באַלאַנץ‟, אַז ס׳איז ניט־גוט געוואָרן אויך מײַן ברודער אליהו, און ביידע האָבן זיי גענומען און אַוועקגעגעבן דאָס וואָס זיי האָבן אַ מאָל געהאַט… דאָס אייגענע האָבן געטאָן אויך די איבעריקע פּאַסאַזשירן. מע האָט זיך קוים פֿאַרשלעפּט איטלעכער צו זײַן געלעגער און מע איז אַנידערגעפֿאַלן, ווי די סנאָפּעס, און ערשט דאָ האָט זיך אָנגעהויבן דער רעכטער גיהנום פֿון קריעת־ים־סוף.

ד.

איך און מײַן חבֿר האָבן זיך געהאַלטן לענגער פֿון אַלעמען. מענדל האָט געהאַט אַ סגולה פֿון אַן עמיגראַנט, וואָס איז געפֿאָרן מיט אונדז אין איינעם און האָט אונדז כּסדר געגעבן עצות. דער דאָזיקער עמיגראַנט איז אַ „גערייכערטע ליולקע‟. אַזוי זאָגט ער אַליין אויף זיך. ער איז שוין דרײַ מאָל געפֿאָרן אויפֿן ים קיין אַמעריקע הין און צוריק. ווייסט ער אַ סגולה צום ים. די סגולה באַשטייט אין דעם, מע זאָל זיצן אין דרויסן אויף דער פּאָלובע, קוקן אין דער ברייט פֿונעם ים, ניט אין דער לענג, און ניט אין זינען האָבן, אַז איך פֿאָר רײַטנדיק אויף אַ פֿערד, נאָר אַז איך שליטל זיך מיט שליטן אויפֿן שניי. דער סוף איז געווען, אַז דער עמיגראַנט, די „גערייכערטע ליולקע‟, איז געלעגן אַ טויטער אויף זײַן געלעגער, און איך און מײַן חבֿר מענדל זענען מיר פֿונעם רעגן געוואָרן פֿיטש נאַס, כאָטש אויסצודרייען. צו אונדזערע געלעגערס האָבן מיר שוין אַליין נישט געקאָנט טרעפֿן. מע האָט אונדז גענומען מחילה אונטער די הענט און אָפּגעפֿירט אין אונדזער רו אַרײַן.

ה.

וויפֿל צײַט דאָס קריעת־ים־סוף האָט גענומען? אַ טאָג, צוויי און אפֿשר אַלע דרײַ — דאָס ווייס איך ניט. איך האָב שוין פֿאַרגעסן. איך ווייס נאָר איין זאַך, אַז מיר האָבן זיך אויפֿגעכאַפּט, איז געווען אַ פֿרייד צו לעבן אויף דער וועלט. דער הימל איז געוואָרן ריין, ווי גינגאָלד. דאָס וואַסער — ווי אַ גלאָז. דער „פּרינץ אַלבערט‟ איז געלאָפֿן אַן אויסגעצוואָגענער, אַן אויסגעפּוצטער, געשניטן מיט די רעדער דאָס וואַסער, געפּינעט, געברויזט און געשפּריצט אויף אַלע זײַטן. די פּאַסאַזשירן האָבן אויפֿגעלעבט. מע איז אַרויס אין דרויסן אַלע, גרויס און קליין, אויף דער וואַרעמער זון, אויף דער שיינער, ליכטיקער וועלט. עמעצער האָט אַרויסגעלאָזט אַ קלאַנג, אַז אָט באַלד וועט מען קאָנען זען דאָס לאַנד. פֿון דער ווײַטן האָט דאָס אויסגעזען ווי אַ פֿלעק, אַ געלע, גרויסע פּליאַמע. די פּליאַמע ווערט אַלע מאָל גרעסער און ברייטער. מע זעט שוין שיפֿן פֿון דער ווײַטן. אָן אַ שיעור שיפֿן מיט הויכע, דינע זעגל־ביימער.

גיך זענען פֿאַרגעסן געוואָרן אַלע צרות. די פּאַסאַזשירן האָבן זיך אַלע אָנגעטאָן יום־טובֿדיק. די ווײַבער האָבן זיך אויסגעפּוצט. מײַן ברודער אליהו האָט צעקעמט די באָרד. ברכה און טײַבל האָבן זיך אויסגעשלייערט. די מאַמע האָט אָנגעטאָן איר שבתדיקע זײַדענע פֿאַטשיילע. איך און מײַן חבֿר מענדל האָבן נישט געהאַט וואָס אָנצוטאָן. און ס׳איז טאַקע קיין צײַט אויך ניט געווען. מע האָט שוין געהאַלטן אָט אָט בײַם צופֿאָרן צו דעם ברעג פֿון אַמעריקע. עס איז געוואָרן אַ ליכט אין די אויגן און גוט אויפֿן האַרצן. פּונקט אַזוי האָבן זיך באַדאַרפֿט פֿילן די ייִדן נאָך קריעת־ים־סוף. עס האָט זיך געגלוסט זאָגן שירה.

ו.

„שלום־עליכם דיר, קאָלומבוס! זײַ געגריסט, דו פֿרײַע מדינה! דו גאָלדענע, גליקלעכע מלוכה!‟

אַזוי האָט אונדזער חבֿר פּיני באַגריסט דאָס נײַע לאַנד. ער האָט אַזש אַראָפּגעכאַפּט דאָס קאַפּעליושל, זיך אײַנגעבויגן און זיך פֿאַרנייגט. און אַזוי ווי איר ווייסט, אַז ער האָט אַ נידעריקע ראיה, האָט ער ניט באַמערקט, אַז עס לויפֿט פֿאַרבײַ אַ געזונטער, פֿאַרשוויצטער מאַטראָס, מיט אַ רויט פֿאַררייכערט פּנים, און האָט זיך מיט אים צעבוצקעט פּנים־אל־פּנים. דאָס הייסט, אונדזער חבֿר פּיניס שפּיץ נאָז איז אויסגעקומען דעם פֿאַררייכערטן מאַטראָס אַקוראַט צווישן די אויגן. אַ גליק, וואָס דער מאַטראָס איז בטבֿע אַ גוטער גוי, ניט קיין רשע. האָט ער באַטראַכט אונדזער פּינין מיט דער צעשלאָגענער נאָז, אַ שמייכל געטאָן און אַ מרוקע געגעבן אונטער די וואָנצעס. אַפּנים, דאָס איז געווען אַ קללה אויף אַמעריקאַנער לשון.

ז.

מיט אַ מאָל איז געוואָרן אַ בהלה. דריטע־קלאַס־פּאַסאַזשירן, בעט מען, זאָלן מוחל זײַן אַראָפּ אונטן אין זייערע שטײַגעלעך. צוריק פֿאַרנעמען זייערע ערטער. פֿריִער מיט גוטן. דערנאָך מיט בייזן. ווער עס אײַלט זיך ניט צו גיין, כאַפּט אַ סטוסאַק פֿון הינטן. אַלע זענען דאָ, יונג און אַלט. ייִדן און ווײַבער און קינדער, גויים, טערקן, ציגײַנער. ס׳איז אַ דערשטיקעניש. די טיר האָט מען געשלאָסן. אַ קייט האָט מען אויפֿגעהאָנגען אַן אײַזערנע. מיר קאָנען זען נאָר דורך די פֿענצטער, וואָס אין דרויסן טוט זיך. קיין מאָל האָבן מיר זיך ניט געפֿילט אַזוי שלעכט, ווי אַצינד. מיר האָבן אויסגעזען בײַ זיך אין די אויגן, ווי געפֿאַנגענע. „פֿאַר וואָס? פֿאַר ווען?‟ — אַזוי טענהט צו מיר מײַן חבֿר מענדל און די אויגן זײַנע ברענען, שיסן מיט פֿײַער.

ח.

לאָזט זיך אויס אַ מעשׂה, אַז מיר זענען שוין געקומען. געקומען קיין אַמעריקע. נאָר וואָס דען? די פּאַסאַזשירן פֿון ערשטער און צווייטער קלאַס האָט מען אַראָפּגעלאָזט דורך אַ לאַנגן לייטער מיט אפֿשר הונדערט טרעפּ. נו, און וואָס וועט זײַן מיט אונדז, מיר זענען שוין דאָך אין אַמעריקע!

— ניט פֿאַר אונדז געדאַכט — רופֿט זיך אָפּ אַ ייִד אַ שנײַדער פֿון הייסין. דווקא נישקשה פֿון אַ מענטשל, נאָר אַ ביסל אַ נודניק. ער גייט אויסגעפּוצט, טראָגט שאַרפֿע ברילן, האַלט פֿון זיך אַן עולם־ומלואו און האָט ליב ריידן אויף צו להכעיס. ער דאַרף נאָר הערן וואָס איר זאָגט, זאָגט ער קאַפּויער. צווישן אים און אונדזער חבֿר פּיני זענען שוין פֿאָרגעקומען עטלעכע סטיטשקעס. מײַן ברודער אליהו האָט זיי קוים צענומען. דער שנײַדער האָט זיך געגעבן דאָס וואָרט, מער מיט פּינין קיין וואָרט ניט רעדן. דערפֿאַר, וואָס פּיני האָט אים באַליידיקט. ער האָט אים אָנגערופֿן מיט אַלע מיאוסע נעמען: „חייט‟, „שנײַדערוק‟, און „פּאַלגוץ‟. און האָט אים אַ פֿרעג געגעבן: וויפֿל האָט ער אויף זײַן לעבן אָנגעגנבֿעט „ייִתּור‟… איצט, אַז מע האָט אונדז פֿאַרשפּאַרט, האָט זיך דער הייסינער שנײַדער מיט אַ מאָל צערעדט. און דווקא מיט לשון־קודש־ווערטער: — מה אָנו, מה חיינו — וואָס זענען מיר? ווער זענען מיר? משול כּחרס הנשבר — מיר זענען געגליכן צו, להבֿדיל, סקאָט. סקאָט אַז מע פֿירט אַרײַן, דאַרף מען דאָס באַטראַכטן…

פֿאַלט אָן אויף אים אונדזער חבֿר פּיני. ער זאָגט, אַז דער משל איז ניט גלײַך צום נימשל. אַז מע רעדט פֿון אַמעריקע, באַדאַרף מען, זאָגט ער, פֿריִער די הענט וואַשן. און ער הייבט אָן שיטן מיט זײַנע שיינע ווערטער, ווי פּיני קאָן. ער קאָן ניט הערן, אַז מע רעדט אויס אַ שלעכט וואָרט אויף אַמעריקע. פֿאַרענטפֿערט זיך דער הייסינער שנײַדער. ער זאָגט, אַז ער רעדט ניט פֿון אַמעריקע ניט גוט, ניט שלעכט. ער זאָגט דאָס נאָר אַקעגן דעם, וואָס ס׳איז אַלצדינג גוט, און שיין, און פֿײַן, נאָר ניט פֿאַר אונדז געדאַכט… אונדז וועט מען ניט אַזוי גיך אַראָפּלאָזן… פּיני גייט אַרויס פֿון די כּלים, ער שרײַט:

— וואָס דען וועט מען אונדז טאָן? מע וועט אונדז אײַנזאַלצן?, — „מע וועט אונדז ניט אײַנזאַלצן, — זאָגט דער הייסינער שנײַדער מיט גאַל און האָט הנאה — נאָר מע וועט אונדז ברענגען אין אַזאַ מין אָרט, וואָס מע רופֿט עס ׳עליס אײַלאַנד׳. דאָרט וועט מען אונדז פֿאַרשפּאַרן ווי די קעלבעלעך אין אַ שטאַל, ביז אונדזערע פֿרײַנד און באַקאַנטע וועלן זיך אַ מאָל דערמאָנען קומען אונדז אַראָפּנעמען‟…

פּיני שפּרינגט אַזש אונטער: „עס איז דיר אַן אַנטיק מיט דעם ייִדן! בראָש ווייסט אײַך דער דאָזיקער חייט פֿון אַלע שווערע הערצער! ניט אַזוי אַלט, ווי געניט! אָט ווייסן מיר אויך, אַז ס׳איז דאָ אַ קעסל־גאַרדן, מיין איך אַן ׳עליס אײַלאַנד׳, פֿון דעסטוועגן האָב איך ניט געהערט פֿון קיינעם, אַז ׳עליס אײַלאַנד׳ איז געשטעלט געוואָרן דערויף, מע זאָל האַלטן מענטשן אַזוי ווי קעלבלעך‟… וואָס ווײַטער, היצט זיך אונדזער פּיני אַלץ מערער. ער טרעט אַרויף אויף דעם הייסינער שנײַדער, גלײַך ווי ער וואָלט אים וועלן דורס זײַן. דער הייסינער שנײַדער שרעקט זיך איבער און רוקט זיך אָפּ. ער זאָגט: — שאַט! זעט נאָר! מע האָט אים געקוילעט די קאַפּאָטע! גערעדט אויף זײַן אַמעריקע! איז לא־פֿידלתּי! מיר׳ן עלטער ווערן מיט אַ פּאָר שעה, וועלן מיר קליגער ווערן…