אין די געטאָס און לאַגערן האָבן די ייִדן מסתּמא געשאַפֿן טויזנטער לידער בעת די פֿינצטערע חורבן־יאָרן. פֿון די לידער זענען אונדז פֿאַרבליבן נאָר אַ פּאָר הונדערט און פֿון זיי זענען בלויז געציילטע זייער ברייט באַקאַנט. איינע פֿון די סאַמע־רירנדיקסטע חורבן־לידער, וואָס ווערט הײַנט זעלטן געהערט, איז חנה חייטין־ווײַנשטיינס „אַ ייִדיש קינד‟.
חנה חייטין איז געבוירן געוואָרן אין שאַוול, ליטע, אין 1925. דאָרטן איז זי פֿאַרשפּאַרט געווען אין דער געטאָ צוזאַמען מיט 5,000 אַנדערע ייִדן. אין דער געטאָ האָט זי אָנגעשריבן צוויי לידער, וואָס זענען געוואָרן פּאָפּולער אין דער שאַוולער געטאָ. נאָך דער מלחמה האָט זי זיך באַזעצט אין ישׂראל און אין די 1960ער יאָרן האָט זי זיך אַריבערגעקליבן קיין אַמעריקע, וווּ זי איז געשטאָרבן אין 2004.
חנה הייטין האָט אָנגעשריבן דאָס ליד „אַ ייִדיש קינד‟ וועגן אַ חבֿרטע, וואָס האָט איבערגעלאָזט איר זון מיט גוייִשע שכנים. שוין אין 1948, ווען דער „מינכער היסטאָרישער קאָמיטעט‟ האָט געזאַמלט חורבן־לידער אין די „די־פּי‟־לאַגערן, איז עס געווען קלאָר, אַז דאָס ליד האָט זיך שוין געהאַט פֿאַרשפּרייט צווישן ייִדן אין זייער אַ סך „די־פּי‟־לאַגערן. אין אַמעריקע איז דאָס ליד אויך געוואָרן ברייט פֿאַרשפּרייט, לכתּחילה דורך חזנים און שפּעטער אין די חסידישע קרײַזן, וווּ מע הערט עס אַמאָל ביז עד־היום אויף דראַמעס און קאָנצערטן געווידמעט דעם חורבן. מחוץ דער חסידישער וועלט איז דאָס ליד, ליידער, כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן.
אויבן זינגט דער גרויסער חזן לויִ דאַנטאָ (1929—2010), פֿון דער היים —הירש־לייב מאַרטשוק. אַליין אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, האָט מאַרשטוק רעקאָרדירט אַ ריי חורבן־לידער אויף זײַנע אַלבאָמען. זײַן נוסח פֿון „אַ ייִדיש קינד‟ איז הײַנט מסתּמא דער סאַמע באַקאַנטסטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.