צוליב דעם וואָס עס קומט באַלד אָן יום־השואה שטעלן מיר פֿאָר פֿאַרשידענע נוסחאָות פֿון הירש גליקס „פּאַרטיזאַנער הימען‟.
ס׳איז דאָ פּשוט צו פֿיל צו דערציילן אין אַ קליין אַרטיקעלע וועגן דעם ליד און דעם גורל פֿון די, וועלכע האָבן עס לכתּחילה געזונגען אין ווילנער געטאָ. די גאַנצע געשיכטע פֿונעם ליד און פֿון זײַן מחבר הירש גליק (1922—1944) האָט מען אין ערגעץ ניט דערציילט אויף אַ געהעריקן אופֿן. עס וואַרט אויף דעם באמת אַ גאַנץ בוך, צי אַפֿילו, אַ האָליוווּד־פֿילם מיט באַרימטע אַקטיאָרן.
מע קען, אָבער, יאָ זיך צוהערן צו די גבֿית־עדות פֿון אַ געוועזענער פּאַרטיזאַנערין פֿון ווילנער געטאָ, וואָס האָט גוט געקענט הירש גליק און וואָס איז געווען איינע פֿון די ערשטע צו הערן זײַן ליד. רחל מאַרגאָליס (1921—2015) איז אויפֿגעוואַקסן אין ווילנע. בײַם אָנהייב פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע איז איר געלונגען זיך צו באַהאַלטן מיט אַ קריסטלעכער משפּחה אויף דער אַרישער זײַט. אין 1942 האָט זי, אָבער, באַשלאָסן, אַז זי קען ווײַטער ניט לעבן אַוועק פֿון איר משפּחה און די אַנדערע ווילנער ייִדן און זי איז פֿרײַוויליק צוריק אַרײַן אין געטאָ, וווּ זי האָט זיך אין גיכן אָנגעשלאָסן אין די רייען פֿון דער „פֿאַראייניקטע פּאַרטיזאַנער אָרגאַניזאַציע‟ צוזאַמען מיט אַבֿרהם סוצקעווער, אַבאַ קאָוונער, שמערקע קאַטשערגינסקי און די אַנדערע ווילנער פּאַרטיזאַנער. זי האָט איבערגעלעבט די מלחמה, קעמפֿנדיק אין די וועלדער אַרום ווילנע, און איז דאָרט געבליבן נאָכן קריג, וווּ זי האָט געקראָגן אַ דאָקטאָראַט אין ביאָלאָגיע און געלערנט אין אַן אָרטיקער מיטלשול. זי האָט אויך געהאָלפֿן מיטצוגרינדן דעם אָרטיקן חורבן־מוזיי און האָט אָפֿט באַזוכט איר היימשטאָט נאָך דעם, וואָס זי איז עולה געווען קיין ישׂראל, כּדי צו לערנען ייִדיש־סטודענטן און די אָרטיקע ייִדן וועגן דעם אַמאָליקן ירושלים ד׳ליטאַ און וועגן אירע איבערלעבונגען ווי אַ פּאַרטיזאַנערין.
אָט דערציילט זי דעם פּראָפֿעסאָר דוד כּ׳׳ץ וועגן איר באַגעגעניש מיט הירש גליק נאָך דעם, וואָס ער האָט אָנגעשריבן דעם „פּאַרטיזאַנער הימען‟.
אינעם ערשטן נוסח פֿונעם ליד, וואָס מיר שטעלן אַרויף אויבן, זינגט אַניאַ לעדערהענדלער דעם „פּאַרטיזאַנער הימען‟ אויף אַ קבלת־פּנים, וואָס מע האָט געמאַכט פֿאַר אַבֿרהם סוצקעווער בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק פֿון מאָנטרעאָל‟ אין אַפּריל 1959. דעם פֿילם האָב איך געמאַכט ווי אַ טייל פֿון מײַן אַרבעט בײַם „ייִדישן ביכער־צענטער‟ אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס, וווּ איך האָב אָנגעפֿירט מיט דער דיגיטאַליזאַציע פֿון די רעקאָרדירונגען, וואָס מע האָט געמאַכט בײַ דער „ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק‟.
אָט קען מען הערן, ווי דער גרויסער אַמעריקאַנער זינגער פּאָל ראָבסאָן האָט פֿאָרגעשטעלט דאָס ליד:
הערט אויך ווי די פּאָפּולערע ישׂראלדיקע זינגערין חוה אַלבערשטיין זינגט עס:
ניט געקוקט אויף דעם, וואָס די אַקטריסע מאָלי פּיקאָן איז ניט געווען באַקאַנט פֿאַרן זינגען ערנסטע לידער, האָט זי רעקאָרדירט זייער אַ רירנדיקן נוסח פֿונעם ליד אין 1950 פֿאַר „באַנער־רעקאָרדס‟ צוזאַמען מיט אַן ענגלישן נוסח אין איר אייגענער איבערזעצונג. פּיקאָנס נוסח, וואָס איז כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן, איז כּדאַי צו הערן:
די צײַטן בײַטן זיך און מיט איר בײַט זיך אויך די מוזיק. דער „פּאַרטיזאַנער־הימען‟ בלײַבט אָבער נאָך אַלץ פּאָפּולער, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס די אָריגינעלע מוזיק קען קלינגען דעם ייִנגערן דור אַלטמאָדיש. איין לייזונג דערצו איז צו „באַנײַען‟ די מוזיק דורכן שפּילן איר אין אַ מער מאָדערנעם סטיל. די ישׂראלדיקע „מעטאַל‟־קאַפּעליע „געוואָלט‟ האָט געשאַפֿן איר אייגענעם „ראָק‟־נוסח פֿונעם ליד. כאָטש ער איז זיכער ניט צו אַלעמענס געשמאַק, ווײַזט ער בולט אָן, אַז דאָס ליד ווערט ניט פֿאַרגעסן און וועט ווײַטער געזונגען ווערן אין נײַע סטילן און אינטערפּרעטאַציעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.