Oyneg Shabes

די קו און די קוקאַווע

The Cow and the Cuckoo Bird

פֿון אליעזר שטיינבאַרג

  • Print
  • Share Share

א.

איינמאָל איז אַ קו געגאַנגען שפּאַצירן. געגאַנגען און געגאַנגען און גראָז געגעסן, ביז זי האָט דעם וועג אַהיים פֿאַרגעסן. הייבט זי אויף די אויגן און זעט, אַז עס איז שוין נאַכט און זי שטייט אין מיטן וואַלד. דערשרעקט זיך די קו און וויינט:

„מו, מו, מו! פֿינטצער איז מיר!

וויי איז מיר, וואָס וועט מײַן קעלבעלע טאָן?

מו, מו, מו!‟

האָט עס דערהערט די קליינע קוקאַווע, איז זי געקומען צו פֿליִען און צו דער קו אַזוי געזאָגט:

„נאַרישע קו, וואָס וויינסטו? איך וועל דיר דעם וועג ווײַזן. קום מיט מיר!‟

„אַ דאַנק, אַ דאַנק דיר גוטער פֿויגל!‟ האָט די קו זיך דערפֿרייט, „לאַנג לעבן זאָלסטו!‟

די קוקאַווע איז אָבער אַ שלעכטע געווען און זי האָט די קו געפֿירט און געפֿירט טיפֿער אין וואַלד אַרײַן, דאָרט וווּ די וועלף וווינען.

„כאַ, כאַ, כאַ!‟ האָט די קוקאַווע פּלוצלעם זיך צעלאַכט, אַ פֿלאַטער געטאָן מיט די פֿליגל און אַוועקגעפֿלויגן.

„מו, מו, מו,‟ האָט די קו זיך ווידער צעוויינט: „מע האָט מיך אָפּגענאַרט, וויי צו מיר און ווינד‟.

האָט דער ווינט דערהערט איר געוויין און געקומען צו פֿליִען פֿון זייער ווײַט און איר אַזוי געזאָגט:

„וווּ־או־או, קיִעלע, זײַ שטיל און וויין נישט אַזוי, וועלן די וועלף דיך נישט הערן און נישט וויסן וווּ דו ביסט‟.

האָט דאָס קיִעלע אָבער נישט פֿאַרשטאַנען און נאָך מער געוויינט:

„מו, מו, מו, ווער וועט מײַן קעלבעלע עסן געבן? וויי איז מיר און ווינד!‟

האָבן די וועלף איר קול דערהערט און געקומען און זי אויפֿגעגעסן.

ב.

אין יענער נאַכט האָט די קוקאַווע אַ בייזן חלום געזען: אַ קליין קעלבעלע בלאָנקעט אַרום אין וואַלד און וויינט: „מאַמע, מאַמעלע קרוין, וווּ ביסטו?‟

האָט דאָס שלעכטע פֿייגעלע זיך אויפֿגעכאַפּט פֿון שלאָף און געקוקט אין פֿינצטערן וואַלד אַרײַן. האָט זי קיינעם נישט געזען, אָבער זי האָט געהערט אַ קול פֿון גרויס געוויין:

„מאַמע! איך בין איינע אַליין געבליבן!‟

איז דעם פֿייגעלעס האַרץ ווייך געוואָרן און עס האָט איר באַנג געטאָן פֿאַר וואָס זי האָט די קו פֿאַרפֿירט צו די וועלף. האָט זי הויך גענומען רופֿן:

„קו! קו! קום צוריק! דײַן קעלבעלע רופֿט דיך!‟

נאָר די קו ענטפֿערט נישט. די קו איז שוין נישטאָ. און פֿון דעמאָלט אָן, ווי נאָר די קוקאַווקע לייגט זיך שלאָפֿן, זעט זי דאָס קעלבעלע בלאָנדזשען אין וואַלד אַליין, און ווען זי כאַפּט זיך אויף, הערט זי ווי דאָס קעלבעלע וויינט:

„וווּ ביסטו, מאַמע?‟

וויינט די קוקאַווע אויך מיט אַ טרויעריק קול:

„קו, קו, קו!‟

און אַזוי וועט זי שוין אייביק וויינען און רופֿן:

„קו, קו!‟

און אייביק וועט איר באַנג טאָן.