פּראָפּאָגאַנדע איז גאָר אַן אינטערעסאַנטער זשאַנער פֿון פֿילם, בפֿרט וואָס שייך דעם אופֿן ווי אַזוי מע שטעלט פֿאָר די פּראָפּאָגאַנדע, וואָס בײַט זיך דראַסטיש פֿון דור צו דור און פֿון געזעלשאַפֿט צו געזעלשאַפֿט. דערפֿאַר קען אַ פּראָפּאָגאַנדישער פֿילם פֿון די 1950ער יאָרן, למשל, אויסזען אין גאַנצן אומעפֿעקטיוו און אַפֿילו עקלדיק צו אַ הײַנטיקן צוקוקער.
אַזוי קומט פֿאָר, האַלט איך, מיטן גאָר אינטערעסאַנטן ייִדיש־שפּראַכיקן פּראָפּאָגאַנדע־פֿילם „דאָס געצעלט‟, וואָס מע האָט געשאַפֿן אין 1950 אין ישׂראל, כּדי צו שאַפֿן געלט פֿאַר דער נײַער מדינה. דער פֿילם, באַגלייט מיט אַ גאָר פֿאַרקרימטער ענגלישער איבערזעצונג, הייבט זיך אָן ווי אַ נאָרמאַלער פּראָפּאָגאַנדע־פֿילם: מע ווײַזט צופֿרידענע מענטשן אין תּל־אָבֿיבֿ און מע לויבט דעם „נס‟ פֿונעם אויפֿקום פֿון דער מדינה.
דערנאָך, אָבער, פֿאָרט מען באַלד אין די לאַגערן פֿאַר נײַ־געקומענע פֿון דער שארית־הפּליטה, און מע זעט ווי אַ דאָקטער באַזוכט אַ מאַן, וועמענס טעכטערל איז נאָר וואָס געהאַט געשטאָרבן. ממש איבערן קינדס קערפּער אַמפּערן זיי זיך וועגן די סיבות פֿאַר וואָס דאָס לאַנד האָט ניט גענוג געלט אויפֿצוהאַלטן דעם וווילזײַן פֿון די נײַ־געקומענע פּליטים. דער דאָקטאָר באַשולדיקט דעם אויסלענדער, וואָס גיט ניט גענוג געלט. דער ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה טענהט, אַז ס׳וואָלט אים בעסער געווען צוריקצופֿאָרן אין די לאַגערן אין אייראָפּע, ווײַל דאָרטן האָט ער כאָטש ניט געהונגערט.
פֿאַר אַ הײַנטיקן צוקוקער איז דער פֿילם ממש שאָקירנדיק. קודם, ווי פּראָפּאָגאַנדע איז עס אַזוי איבערגעטריבן און מעלאָדראַמאַטיש, אַז קיין הײַנטיקער מענטש וואָלט עס ניט געגלייבט. צווייטנס איז עס אין גאַנצן אַן אומדערוואַרטע דערשײַנונג, אַז אַן ישׂראלדיקער פֿילם פֿון 1950 זאָל ווײַזן דאָס לאַנד אין אַזאַ נעגאַטיוון ליכט און פֿאַרגלײַכן דעם מצבֿ פֿון די פּליטים דאָרטן מיט זייער צושטאַנד אין אייראָפּע.
דערצו איז עס שווער צו פֿאַרשטיין ווער האָט געדאַרפֿט זען דעם פֿילם און וווּ מע האָט אים געוויזן. אין 1950 וואָלטן שוין אַ סך פֿון די דאָזיקע צוקוקער מסתּמא אַליין געווען ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה. צי וואָלט אַזאַ זעלבסט־קריטיק פֿון מדינת־ישׂראל געווען עפֿעטקיוו, כּדי צו שאַפֿן געלט? ס׳איז שווער צו גלייבן.
דער פֿילם איז טאַקע מאָדנע אָבער ס׳איז כּדאַי עס צו זען, פּשוט פֿון אַ געזלשאַפֿטלעך־היסטאָרישן קוקווינקל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.