Oyneg Shabes

שמעון הצדיק און אַלכּסנדר מוקדום

Simeon the Righteous and Alexander the Great

  • Print
  • Share Share
Yehuda Blum

די װאָך, פֿינעף און צװאַנציק טעג אין חודש טבֿת, דעם 6סטן יאַנואַר, הײסט עס, איז אַמאָל בײַ ייִדן געװען אַ יום־טובֿ. און הײסן האָט ער געהײסן „הר גריזים‟. דער באַרג גריזים שטײט דאָרט, װוּ ער איז שטענדיק געשטאַנען, נאָר בײַ די ייִדן איז יענער יום־טובֿ מיט דער צײַט געװאָרן אױס־יום־טובֿ, כאָטש אין משה־רבינוס צײַטן און אַפֿילו שפּעטער האָבן דװקא פֿון יענעם באַרג די כּהנים געבענטשט דאָס ייִדישע פֿאָלק. מילא, מיט אײן יום־טובֿ װײניקער, מע קען עס איבערלעבן; און די מעשׂה מיט דעם־אָ יום־טובֿ איז אַזױ געװען:

אין יענעם טאָג, כ”ה בטבֿת, האָבן די כּותים (די אָפּשטאַמיקע פֿון דער שטאָט כּותה, קוטאַ, הײַנט רופֿט מען זײ שומרונים אָדער סאַמאַריטיאַנער) געבעטן דעם גרױסן גריכישן קעניג אַלכּסנדר מוקדון, אַז ער זאָל חרובֿ מאַכן דעם בית־המקדש אין ירושלים, װײַל נאָר דער באַרג גריזים, האָבן זײ געטענהט, איז באמת אַ הײליק אָרט אין ארץ־ישׂראל. דעם קעניג אַלכּסנדר מוקדון איז די אידעע ממש געפֿעלן געװאָרן און ער האָט צוגעזאָגט די כּותים צו קומען קײן ירושלים און מאַכן פֿון דער גאַנצער שטאָט אַ תּל־עולם.

װעגן דער שרעקלעכער מסירה האָט זיך דערװוּסט דער כּהן־גדול, האָט ער זיך באַלד אָנגעטאָן אין די בגדי־כּהונה, מיטגענומען מיט זיך אַ פּאָר קלוגע ייִדן און זיך געלאָזט אין װעג אַרײַן. אַ גאַנצן טאָג זײַנען זײ געגאַנגען, אַ טאָג מיט אַ נאַכט, ביז װאַנען זײ האָבן זיך געטראָפֿן מיט אַלכּסנדר מוקדון בײַ אַ באַרג. אַלכּסנדר מיט זײַנע מענטשן זײַנען געגאַנגען פֿון אײן זײַט באַרג, און שמעון הצדיק מיט זײַנע לײַט זײַנען געגאַנגען פֿון דער אַנדערער זײַט באַרג.

אַז גאָט האָט געגעבן און די זון איז אױפֿגעגאַנגען, האָט דער קעניג אַלכּסנדר דערזען אַ גרופּע ייִדן און געפֿרעגט בײַ זײַנע באַהעלפֿער: „װער זײַנען יענע מענטשן, װאָס גײען מיר אַנטקעגן?‟ — „הע, — האָבן געענטפֿערט די באַהעלפֿער, — דאָס זײַנען די ייִדן, װאָס האָבן קעגן דיר מורד געװען‟.

װען די בײדע מחנות זײַנען געקומען נעענטער אײנע צו דער צװײטער, איז דער קעניג אַלכּסנדר אַראָפּ פֿונעם פֿערד און זיך געבוקט פֿאַרן כּהן־גדול, ס’הײסט, פֿאַרן שמעון הצדיק. דעם קעניגס באַהעלפֿער האָבן זיך געחידושט: „אױ־װײ, קעניג־לעבן, פֿאַר װאָס בוקסטו זיך פֿאַר אַ ייִדן?‟ — „װײַל איך זע, — האָט געענטפֿערט אַלכּסנדר מוקדון, — אַז זײַן פּנים זעט אױס פּונקט װי דאָס הײליקע פּנים װאָס איך פֿלעג זען אין דער צײַט, װען כ’האָב געהאַלטן מלחמה מיט מײַנע פֿײַנט, און אַ דאַנק אים, פֿלעג איך שטענדיק מצליח זײַן. דעריבער בוק איך זיך פֿאַר אים.‟

שמעון הצדיק האָט אָפּגעגעבן אַ שײנעם שלום־עליכם דעם קעניג און יענער פֿרעגט בײַ אים: „זאָג, װאָס פֿאַרלאַנגסטו פֿון מיר?‟

„אױב איך האָב געפֿונען חן אין דײַנע אױגן, הער קעניג, — זאָגט שמעון הצדיק, — טאָ דאַן פֿאַרלאַנג איך פֿון דיר, אַז ניט דעם בית־המקדש, און ניט די שטאָט ירושלים און ניט מײַן פֿאָלק־ישׂראל זאָלסטו קײן שלעכטס ניט טאָן, װײַל טאַקע דאָרטן, אין בית־המקדש הערט זיך גאָט צו צו יעדער תּפֿילה פֿון יעדן מענטשן פֿון אַלע פֿעלקער. איך רעד שױן ניט, אײַער כּבֿוד אַלכּסנדר דער גרױסער, אַז דװקא דאָרטן, אין בית־המקדש, בעטן ייִדן יעדן טאָג פֿאַר דײַן געזונט, און פֿאַר דײַן גאַנצער מלוכה. און גאָט הערט זיך צו צו אונדזער געבעט און שיקט דיר אַ מלאך פֿון הימל, אַז ער זאָל גײן פֿאָרױס אין אַלע דײַנע מלחמות.‟

„האָ, גאָר אַזױ?..‟ — מאַכט אַלכּסנדר דער גרױסער.

„יאָ, ענטפֿערט אים שמעון הצדיק, — אָבער איצט האָבן זיך געפֿונען שלעכטע מענטשן, װאָס זאָגן אױף אונדז פֿאַלשע מסירות און װילן, אַז דו זאָלסט חרובֿ מאַכן די הײליקע שטאָט ירושלים און דעם בית־המדקש. די בײזע מסרניקעס אַרט ניט, אַז דו װעסט פֿאַרלירן דײַנע געטרײַע ייִדן. דעריבער, האָב רחמנות אױף דײַנע אמתע גוטע פֿרײַנד, די ייִדן.‟

„װער זײַנע די בײזע מענטשן, װאָס װילן, אַז איך זאָל אײַך שלעכטס טאָן? — פֿרעגט אַלכּסנדר דער גרױסער.‟

„דאָס זײַנען די כּותים,‟ — ענטפֿערט שמעון הצדיק.

נו, נו, איר קענט זיך שױן פֿאָרשטעלן, װאָס איז געשען װײַטער און װאָס איז געװען דער ביטערער סוף פֿון די כּותים. דעם באַרג גריזים האָט מען אױסגעאַקערט און פֿאַרזײט מיט אַזאַ מין גראָז, װאָס נאָך דעם קען מען דאָרט קײן זאַך מער ניט זײען, װײַל עס װאַקסט ניט.

אױב איר גלײבט מיר ניט, טאָ זײַט אַזױ גוט, קױפֿט אַ בילעט, קומט צו פֿאָרן אין דער פּאַלעסטינער אױטאָנאָמיע, צום באַרג גריזים, און דאַן װעט איר זען מיט אײַערע אײגענע אױגן: אָט שטײט אַ ליסער באַרג און אױף אים װאַקסט אַ קרענק, ס’הײסט, גאָרניט, אַחוץ ביטערגראָז, לכּבֿוד דעם אַמאָליקן יום־טובֿ, כּ”ה אין חודש טבֿת.