Oyneg Shabes

„דער נומער וואָס דו בעטסט, איז שוין לאַנג פֿאַרברענט‟

The Number You Are Dialing Was Burned Up Long Ago

פֿון צבֿי אײַזנמאַן

  • Print
  • Share Share

די רעקאָרדירונג איז אַ טייל פֿונעם אַרכיוו פֿון „רעדנדיקע ביכער‟ אויפֿן נאָמען פֿון שמואל ראָהר, אַ פּראָיעקט פֿונעם „ייִדישן ביכער־צענטער‟. עס לייענט שׂרה דרעשער.

Yehuda Blum

האַלאָ! שרײַ איך אַרײַן אין שוואַרצן טרײַבל פֿון דער נאַכט. האַלאָ! ציטערט מײַן שטים אין פֿינצטערן חלל.

אפֿשר קאָן איך זיך פֿאַרבינדן מיט מײַן שוועסטער? יאָ, מײַן שוועסטער! זי איז פֿון אונדז געווען די גרעסטע. זי איז פֿון אונדז געווען די שענסטע. אויף גאָרניט זיך קיין מאָל ניט באַקלאָגט. קיין מאָל אויף קיינעם די שטים ניט געהויבן.

— דער נומער וואָס דו בעטסט, איז שוין לאַנג פֿאַרברענט. אַ דאַנק!

זי האָט ליב געהאַט צו זינגען וועגן רײַזעס איבער ימען און אויסנייען מיט זײַדענע פֿעדעם אויף קליינע קישעלעך הירשן און פֿייגל און בלומען בוקעטן.

— דער נומער וואָס דו בעטסט איז שוין לאַנג פֿאַרברענט. אַ דאַנק!

ווען מיר האָבן טאַטע־מאַמע אָנגעוווירן, איז מײַן שוועסטער געווען פֿאַר אונדז ווי טאַטע־מאַמע. געבאַקן ברויט, געשײַערט טעפּ און אונדז קינדער אָפּגעהיטן ניט אַרונטערפֿאַלן פֿון די טרעפּ. כ׳געדענק ווי איצטער אירע האָר. זיי האָבן ניט געוווּסט דעם טעם פֿון שער. זי האָט זיי געקעמט מיט אַ גרויסער קאַם. אַזעלכע לאַנגע, ווייכע האָר!

— דער נומער וואָס דו בעטסט, איז שוין לאַנג פֿאַרברענט. אַ דאַנק!

מײַן שוועסטער האָט געזונגען וועגן רײַזעס איבער ימען און נאָר דעם וועג פֿון שטוב צום מאַרק געוווּסט. שבת פֿלעגט זי זיך פֿאַרגינען מיט חבֿרטעס שפּאַצירן, לענג אויס דעם געסל, ביז צום לעצטן הויז. אין מיטן וואָך קיין צײַט ניט געהאַט אַ קוק טאָן אין שפּיגל. בלויז בײַם שעפּן וואַסער, האָט איר פּנים אויפֿן וואַסערפֿלאַך פֿון ברונעם, אַ בליאַסק געטאָן אַנטקעגן מאָרגנדיקער זון און גלײַך געלאָפֿן מיט די עמערס צו די טעפּ און אויוון.

— דער נומער וואָס דו בעטסט, איז שוין לאַנג פֿאַרברענט. אַ דאַנק!

מײַן שוועסטער איז פֿאַרטאָן געווען מיט דער שטוב. מײַן שוועסטער איז פֿאַרטאָן געווען מיט אונדז — דרײַ צעפּילדערטע, צעשפּילטע ברואים, האָט זי ניט באַמערקט, אַז ס׳קוקן בחורים צו אונדזער שויב און טיר. האָט זי ניט געפֿילט, אַז אָט די בליקן מיינען טאַקע זי. זי האָט אויסגענייט ביז שפּעט בײַ נאַכט בלומען, הירשן און פֿייגל מיט די שיינסטע קאָלירן פֿון רעגן־בויגן, ביז די נאָדל איז איר פֿון די הענט אַרויסגעפֿאַלן און דער שלאָף האָט איר פֿאַרקלעפּט די אויגן. איז וווּ זענען די בלומען און די הירשן? און וווּ — די פֿייגל?

— דער נומער וואָס דו בעטסט, איז שוין לאַנג פֿאַרברענט. אַ דאַנק!

„אַ דאַנק. אַ דאַנק!‟ און דאָס איז אַלץ. איך וויל מײַן שוועסטער! זי איז פֿון אונדז געווען די גרעסטע!

— דער נומער וואָס דו בעטסט, איז שוין לאַנג פֿאַרברענט. דער נומער וואָס דו בעטסט, איז שוין לאַנג פֿאַרברענט!!!